בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מונקאטשער רבי זידלט אן אינו מודה בעירוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2005 06:20 לינק ישיר 
מונקאטשער רבי זידלט אן אינו מודה בעירוב



נפתלי שפיגעל פון בארא פארק האט געשריגען מחלל שבת אויף מונקאטשער רבי'ס שליט"א'ס משמש בקודש, דער רבי וואס האט דאס געזען האט איהם באטיטלט א "צדוקי".

איך הער אז עס איז געווען דארט לעבעדיג, ווער האט מער פרטים?


תוקן על ידי - YEEDLE - 08/05/2005 6:20:51



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 06:23 לינק ישיר 

שפיגל? LOL



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 07:43 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז די מונקאטשער יונגעלייט האבען אים כמעט געמאכט פאר א גל של עצמות, און ער האט נישט אויפגעהערט שרייען מחללי' מות ימות,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 08:37 לינק ישיר 

I hear that they took away his shtriemel and realy beat him up. Shabbos morning his wife came to Munkatch to ask to get back his shtriemel.

Any have more info, Please post



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 08:44 לינק ישיר 

קודם רעד מען פון מונקאטש אביסל, אין די צייט וואס גאנץ בארא פארק איז ביזי מיט באבוב...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 22:09 לינק ישיר 

פייערלעשער

איך זע אז די האסט הנאה חוזק צו מאכען פון מונקאטש.

איז דא עפעס א נייע מחלוקת צווישען מונקאטש אין די זאליס?

פארצייל מיין קינד?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 22:25 לינק ישיר 

יודעלע:

וואס עפעס א מחלוקת?
נישט יעדע תגובה וואס איך שרייב איז פארבינדן מיט אהרוני\זאלי פאליטיק.
ס'איז מיר פשוט פארגעקומען קאמיש צו ליינען די נייעס, אז מונקאטשער רבי שליט"א האט געשריגן "צדוקי" אויף די גאס... און זיינע גבאים האבן בפניו געשלאגן א איד, [וואס נאכ'ן איבערטראכטן קען איך נישט גלייבן אז די מעשה איז טאקע אמת] דערפאר האב איך צוגעלייגט די תגובה.

אויב האסטו, אדער סיי ווער, זיך געשפירט געטראפן פון מיין תגובה בעט איך דיר איבער, און איך בין עס מבטל כעפרא דארעא.

בדרך אגב האב איך שטארק דרך ארץ פאר'ן מונקאטשער רבי'ן שליט"א, וועלכער העלפט ארויס אסאך צובראכענע אידן אין זייער נויט, און טוט אסאך אויף בעניני קירוב רחוקים, אויף קיין פאל האב איך נישט אינזינען געהאט חלילה פוגע צו זיין בכבודו.

אדרבא ואדרבא איך בין אים דוקא מחשיב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 22:37 לינק ישיר 

די מעשה איז אמת ויציב

פונקט אזוי ווי איינער וואס איז א מסרב לדין {ר' זלמן לייב} איז א אפיקורס על פי הלכה, איז איינער וואס איז א אינו מודה בעירוב א צדוקי על פי הלכה, ממילא אז ער שרייט אויף א איד וואס איז מקיים עונג שבת, רופט אים דער רבי א צדוקי.

קאמיש איז א רב וואס רעד נארשיקייטן, ווילסט איך זאל דיר זיי אויסרעכענען? קאמיש איז א רב וואס פסקנט וואס זיינע גבאים הייסען אים.

קאמיש וועט זיין ווען ר' זלמן לייב וועט שרייבען א תשובה להלכה קעגען עירוב, אזוי ווי מונקאטשער רבי האט געשריבען בעד העירוב.

זאל כאטש ר' זלמן לייב שרייבען א תשובה אז מען דארף נישט זאגען שהחינו- יהללוך- על גפנה- וכדומה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 23:19 לינק ישיר 

דער העדליין וואלט געדארפט זיין

פיגול בעפאלט קדשים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 23:20 לינק ישיר 

לאז נאר דעם yeedle רעדן און רעדן.

עס איז נישט קיין שום ספק ווי ווייט די אהרונים שטערט דאס שרייען שבת און בכלל אז דער עירוב אין וומס"ב האט זיך ב"ה נישט איינגעגעבן.

אבער דאס שענסטע איז אז זיי אינאיינעם מיט די עירוב חברה שרייען כסדר אז יעדער איז בארעכטיגט צו טאן ווי ער פארשטייט. דער עיקר וואס זיי טענה'ן איז אז מען טאר נישט שרייען אדער שלאגן איינער וואס טראגט מיט'ן עירוב.

און גיב נאר א קוק: ווען מען שרייט קעגן זיי מעג מען שוין שלאגן.

איך גלויב אז דער מונקאטשער רבי שליט"א האט דאס נישט געזען, און אז ער וועט וויסן דערפון וועט ער זיכער מוחה זיין דערויף און אסר'ן צו טשעפען א צווייטן איד ווייל ער האט אן אנדערע מיינונג און ער זאגט דאס ארויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 02:45 לינק ישיר 

איך האב הנאה צו הערן אז נפתלי שפיגל מיט זיין ווייב האבען שלום בית, אבער דאס מיינט אז זיין פרוי מעג טראגן שבת א שטריימל

תוקן על ידי - allnewspic - 09/05/2005 2:47:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 07:37 לינק ישיר 

גיזעגענען

ווען איינער שרייט נאך רז"ל אויף די גאס ווען ער גייט מיט איין עולם. מחלליה מות יומת?

וואלט מען אים באגראבן אויף'ן נארמאלן בית החיים צו אחורי הגדר ווי א מאבד עצמו לדעת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 18:00 לינק ישיר 

כבר היה לעולמים.
מעג מען שלאגן א צדוקי???
דא האסטו א טריקענער משנה:
מסכת סוכה פרק ד משנה ט
...וְלַמְנַסֵּךְ אוֹמְרִים לוֹ, הַגְבֵּהַּ יָדֶךָ, שֶׁפַּעַם אַחַת נִסֵּךְ אֶחָד עַל גַּבֵּי רַגְלָיו, וּרְגָמוּהוּ כָל הָעָם בְּאֶתְרוֹגֵיהֶן:

פירוש המשניות להרמב"ם:
וניסוך המים בחג הלכה למשה מסיני, ויש לו רמזים נסתרים בתורה... ולפיכך כשניסך זה המים על רגליו רגמוהו כל העם באתרוגיהם, לפי שהיה צדוקי שאינו מאמין בניסוך המים:
זענען דארטן נישט געווען די זקני ישראל???
ולא אמרו דבר!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 20:08 לינק ישיר 

וויאזוי האט זיין ווייב געמעגט טראגן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 20:55 לינק ישיר 

Baachi סתם א בלבול געמאכט אויף רז"ל.

מען שרייט כסדר נאך זלמן לייב אויפן גאס און אזוי ארויך אין "זיין" ביהמ"ד ראדני, ער האט נישט קיין מנוחה און ער האט בזיונות וואך איין אויס, און מען מאכט פון קיינעם נישט קיין גל של עצמות!

מען האט געמאכט קעגן אים ריזיגע פראטעסט שבת חנוכה ווען טויזענטער אידן האבן אים אהיים באגלייט מיט בזיונות נוראות לא יאומן כי יסופר און מען האט פון קיינעם נישט געמאכט קיין גל של עצמות!

טויזנעטער אידן האבן אים אהיים באגלייט שבת חול המועד סכות מיט פעטש און בזיונות נוראות, ווייל ער האט ארעסטירט 2 בחורים, און מען האט פון קיינעם נישט געמאכט קיין גל של עצמות!

שמחת תורה איז הרב רבי יוסף בראך שליט"א געזיצען אויף זיין שטענדער און מען האט געמאכט פאר ר' זלמן לייב בזיונות עד לב השמים און מען האט פון קיינעם נישט געמאכט קיין גל של עצמות!

וכהנה וכהנה

וואס ביסטו א מוציא שם רע?

תוקן על ידי - allnewspic - 09/05/2005 21:10:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 23:29 לינק ישיר 

שורשנגח

1) איך האב נישט געמיינט דוקא רז"ל, איך האב געמיינט כאטש וועלכער "אקטיווער" רבי

2) אויב סאיז כדבריך, אז ער טשעפעט נישט קיין מענטשן - אפילו ווען ער איז בכוח דאס צו טוהן - בעט איך דיר איבער. נעניתי לך, מחול לי.

3) די ראיה וואס דו האסט געברענגט פון דעם מעשה רב, איז אין הנדון דומה לראיה. היא הנותנת ווייל טויזנטער מענשטן האב אים נאך געשריגן האט ער גארנישט געקענט טוהן, מאן יימר אז איינעם וואלט ער אויך גארנישט געטוהן?

4) ויש לי ראיה גדולה אז ער וואלט יא געטוהן, ווייל ווען ער האט די מייק אין די האנט, רופט ער אהן אלע וואס זענען מחולק אויף אים אין א הלכה - מחללי שבתות בפרהסיא! ווי ווייט איז פון דעהם ביז דינו כגוי לכל דבר, מורידין ולא מעלין, אין דמו הפקר?

היינו דאמרי אינשי: - חסרא לגנבא לשלמא קרי נפשא (סנהדרין דף ו?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מונקאטשער רבי זידלט אן אינו מודה בעירוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext