מצורף קובץבאטשי:
איך האב דערציילט חסרונות פון אידישע קינדער? חס ושלום! פארקערט איך געשריבן מען זאל זיך נישט טענה'ן אין פאליטיק, נאר געשריבן טרוקענע פאקטן.
די סיבה פארוואס איך האב עס געשריבן איז זייער פשוט, בשעת עס ברעכט אויס א קריגעריי אין א קהלה, פארלירן זייער אסאך מענטשן זייער גלייכגעוויכט און דעם קלארן קאפ, און ווייסן זיך נישט וואו אהין צו טאן.
דערפאר איז וויכטיג צו געדענקען אז כמעט אלע גרויסע און קליינע קהלות זענען דאס אדורך, אדער זענען זיין אינמיטן דעם פראצעדור, און יעדער דארף וויסן דאס נישט צו נעמען פערזענליך, און זיכער זיך נישט צוקריגן מיט געשוויסטער עלטערן אדער קרובים און שכנים. יעדער מעג האלטן וואס ער וויל, אבער ער זאל אויך רעספעקטירן דעם צווייטן, און ספעציעל משפחה.
דאס וואס קהילות צוטיילן זיך איז נישט אייביג א "קלון", נישט איינמאל זענען ביידע צדדים גערעכט, אדער איז דער מצב אזוי אז כדי יעדער זאל קענען צופרידן געשטעלט ווערן מוז יעדער בוחר זיין זיין מנהיג מרצונו הטוב.
דער אמת איז אז מעגא-חסידות'ער איז רוב מאל נישט די טובה פון די חסידים, אויסער די נאציאנאלע געפילן אז מען איז מעכטיג וכדומה ברענגט עס גארנישט, אמאליגע צייטן ווען א רב (אדער א רב) איז נפטר געווארן און מען האט אויפגענומען א קינד אלס ממלא מקום, האבן די אנדערע קינדער געקענט ווערן רבנים אין אנדערע שטעלעך וואו זיי האבן ווייטער געקענט מרביץ תורה זיין.
היינט איז נישט דאס דער מציאות, און צומאל קען נאך דער אייגענער ברודער זיכער מאכן אז אלע אנדערע געשוויסטער זענען אינגאנצן צומאלן... אין אזא פאל בלייבט נישט קיין צווייטע אויסוואל ווי צוטיילן דאס חסידות פאר יעדן.
פארשטייט זיך אז ס'איז שווער צו מאכן א כלל וואס זאל גילטן איינשטימונג איבעראל, אבער דאס איז אויך גוט צו נעמען אין באטראכט אז די אלע גרויסע צוטיילטע חסידות'ער זענען בכלל נישט קיין רחמנות, און יעדער פון זיי הייבט אן (צוטיילטערהייט) מיט א גרעסערן עולם ווי זיין פארגייער האט געהאט ביי די עלטער. און ביז אפאר יאר וועלן זיי בעזהשי"ת זיך דאפלען און טריפלען, ממילא קען יעדער זיין רואיג אז ער וועט האבן מנין בריווח, און אפשר וועלן זיי זיך נאך איבערבעטן איינער מיט צווייטן (ווי די צוויי וויזניצער רבי'ס), ביני לבינו לאמיר ארבעטן אויף אונזערע מידות טובות, און האט מיר א גוטע נאכט.
צרת רבים חצי נחמה.
בדרך אגב, אין עטליכע פון די חסידות האב איך קלאר ארויס דעם גאנצן פאליטיק, און איך וואלט געקענט שרייבן אסאך פרטים, אבער איך האלט מיך צוריק ווייל איך וויל נישט אויפלאקערן קיין מחלוקת ער אדער זיך מתכבד זיין בקלונם. אזוי אויך קאכט זיך שוין פרישע קעסלעך אויף עטליכע פלעצער, אבער איך וויל נישט זיין דער ערשטער וואס מעלדט עס.
========================
באטשי טייערער, איך זע אז דו ביזסט שטארק חושש נישט צו דערציילן קיין חסרונות פון יידישע קינדער, וויל איך דיר דערמאנען אז כאטש דו ביזסט א קלויזנבורגער האסטו א צד אין סאטמאר (נגד הרבי זצ"ל, ונגד ר' זלמן לייב) אין באבוב (נגד האדמור ר' בנציון) ועוד. איך האף אז דו וועסט דיר פארנעמען מהיום והלאה מער נישט צו דערציילן חסרונות פון קיין אידן, און זיכער נישט פון קיין פריוואטע מענטשן (כדלקמן).
אבער איך האב א לימוד זכות אויף דיר, אז זייט דו האסטו פארלוירן דין בראך גארטל, ביזטו נישט ביי דיר.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1019491
מוגה אודות טעותי כתיב
תוקן על ידי - kjfireman - 11/05/2005 9:05:05

 |
|
|