פוסטע מעשיות!
די אהרונים זענען היינט געקומען אין קאורט מיט א פרישע מעשה, אז זיי האבן 3 עדות אז הרב פעלדמאן האט זיי פארקויפט דעם לאט מיט 20 יאר צוריק, נאר מען האט עס פשוט נישט אונטערגעשריבן...
דער שופט האט געטריבן ליצנות פון די בהמות אז מען לאזט א לאט 20 יאר אן איבערשרייבן. און קלאר געזאגט אז זיי מעגן האבן טויזנט עדות, ביי אים איז אנגענומען נאר אויב זיי האבן דאקומענטן דערויף.
ער האט זיי געגעבן 10 טעג צייט צו קומען מיט דאקומענטן.
נשלח ב-12/5/2005 22:35
אן אהרוני בלייבט אהרוני
ווער עס קאלט קיין לאנדאן ווייסט אז די ארטיגע "אהרונים" דרייען זיך ארום ווי גרויסע לאזער'ס.
עס איז געווען צווי קלאגעס:
1. איינס קעגן ר' חיים משה פעלדמאן אז ער זאל נישט פארקויפן דאס בילדונג, זיי האבן געפאדערט פון דזשאדזש צו לייגן אן "עיקול", די אהרונים האבן גע'טענה'עט אז עס איז נאכנישט פארקויפט געווען, די אהרונים האבן היינט מודה געווען אז ווען זיי האבן געפאדערט פון דזשאדזש דעם "עיקול", איז שוין געווען נאך די "מכירה" (א זאך וואס איז קעגן געזעץ), און דעריבער קען ר' חיים משה פעלדמאן פאדערן פון זיי דאס קאסט פון די לויער'ס ווי דער געזעץ לויטעט.
2. די צווייטע קלאגע איז, אז ר' חיים משה האט נישט געטארט פארקויפן נכסי ציבור, ווייל דער בילדונג איז נכסי ציבור, די קלאגע האט מען נאכנישט באהאנדאלט.
און אזוי ווי די וואך האבן די "אהרונים" אריינגעגעבן פרישע פאפירן אויך קעגן ר' גדלי' עסטרייכער (אן קיין היתר בי"ד), טענה'ענדיג אז ער האט נישט געטארט אפקויפן קיין נכסי ציבור, האבן די לויער'ס פון ר' גדלי' גע'טענה'עט אז זיי זענען נאכנישט גרייט, און מ'דארף זיי געבן צייט ענטפערן, האט דער דזשאדזש אפגעשטיפט דעם הירונג אויף נאך 10 טעג.
די אלע אנדערע נייעס פון ווארהייט איז נארישקייטן שלא מן הענין.
נשלח ב-12/5/2005 22:38
פארוואס לאזט ער נישט רעגיסטרירן.
ס'איז דאך זייערס. זיי האבן דאך עס אפגעקויפט לעגאל.
האב יעצט גערעדט קיין לאנדאן כהאב א חבר נאך פין ישיבה קיין גרויסער חסיד איז ער קיינמאל נישט געווען אין פארשטייט זיך אז יעצט איז ער פין די זאלי שוויצערס כמובן, פרעג איך אים וועגען די הייד פארק ווערסיעס, ווער עס איז גערעכט, נעמט ער זיך צי מאכן אויף מיר קולות אז איך קאל אים נאר זיך צי רייצן מיט אים , זאג איך אים ניין איך וויל באמת וויסן ווער עס איז גערעכט, איך וויל נישט לעבן אין עולם הדמיון, אין איך זאג אים נאכאמאל אלעס איבער וואס עס שטייט אויף הייד פארק אין וואס די דזשאדזש האט געזאגט, אין מערקווידיג, ווי נאר איך האב דערמאנט דאס ווארט "דזשאדזש" געט ער באלד א שריי "די דזשאדזש איז אינטער געקויפט יא די ארונים האבן אינטערגעקויפט דעם דזשאדזש", אין ער זאגט אז ער איז שוין זייער מיד ער האט געהאט היינט א שווערן טאג ער גייט שוין שלאפן.
קאמענטארן זענען איבעריג, מען זעט קלאר פין די מעשה ווער עס זאגט די ווארהייט אין סתם באבע מעשיות.
נשלח ב-13/5/2005 01:12
העטעך האט אלעמאל חברים וואס דערציילן אין די נייעס, און קרית יואל און בארא פארק און לאנדאן.
זאלט איר נאר זעהן ווי אזוי די אהרונים בויען זייערע נייעס, פון א חבר וואס האט עס געהערט, פון פון ...
נשלח ב-13/5/2005 01:24
יוסף
ברוך שכוונתי.
ווי אזוי קענען דאס די אהרונים געווינען? אז אין קאורט איז פארלוירען געווינט מען אויפן טעלעפאן מיט א זאלי שוויצער אין לאנדאן.
נשלח ב-13/5/2005 01:56
ניין. ער האט עס געהערט פון א ידיד וואס איז א קרוב מיטן גר פון ירושלים מיט 37 יאר צוריק.