| נשלח ב-13/5/2005 01:57 |
|
| |
איך שפיר שוין די ווערים אויף מיינע הויט
לעבעדיגערהייט...
די ווערים האבן זיך לעצטנס אנגעטשעפעט אויף אונז, און וואס מען זאל טון מיט זיי, קען מען פון זיי נישט לויז ווערן...
איך וועל דא ציטירן פון פארום: "בחדרי חרדים משפחה אידיש" א שטיקל וואס וויבאלד דאס איז א פארום פרטי (און נאר ווער עס פארלאנגט באקומט רשות...) קומט נישט יעדער אן דערצו. אבער אינטערעסאנט איז עס דאך. און עפעס דארף געטון ווערן דערצו!
איין מינוט..
תוקן על ידי - צופרידן - 13/05/2005 2:22:25
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 01:59 |
|
| |
בקיצור ווילסט עדווערטייזען דיין פורום?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 02:10 |
|
| |
איך האב קיינעם נישט געפרעגט רשות ארויסצוגעבן זייער ניק, ממילא וועל איך שרייבן אן די נעמען..
*** א שרייבט:
איך האב די e-z פילטער, אבער מען דארף עס טוישן כמעט יעדע צווייטע טאג, עס ווערט זייער שנעל שמוציג און שטומפיג. איך האב לעצטנס פראבירט אן די וואטע אינעווייניג, די פאוער האלט טאקע אן לענגער, אבער ליידער האט די סחורה באקומען א לאך (איך וועל יעצט דארפן צאלן נאכאמאל 15$, פארוואס קען מען נישט קויפן די סחורה אליין).
איך האלט אז ווען מען זאל אריינלייגן אין NY TIMES א בילד פון די שמוציגע וואטע וואלט שוין לאנג די שטאט ארויפגעלייגט א פילטער אויף די רעזארווארען. אויב איינער פון דא האט די כוחות דערצו וואלט דאס געווען א געוואלדיגע זיכוי הרבים, זיי וועלן זיך עפ"י חשבון זייער שטארק ארויפכאפן אויף דעם בילד. (אפשר קען מען זיי עס אימעילן?).
איך וויל הערן פראקטישע אנווייזונגען אויף די איזי פילטער, און אויף אנדערע, און וועלכע עס איז דאס בעסטע
ביטע נישט דעבאטירן דא איבערן עצם נושא צו עס איז דא א חשש מיט די ווערים אין די וואסער.
יישר כח למפרע.
*** ב שרייבט:
די שטאט ארט נישט די שמוץ וואס די פערזענליך טרעפסט אין דיין סינק ווייל זיי האלען אז דאס שאד נישט פארן געזונט.
*** א שרייבט צוריק:
איך רעד נישט צו עס וועט זיי אַרן (אוי, ווי זאגט מען דאס אין אידיש?, אה, עגבערן..).
אז די ניו יורק טיימס וועט דאס פאבליצירן, וועט שוין לאנג זיין א מעכטיגע קול מחאה ביי די גוים אליינס.
איך לאז יעצט רינען מיין סינק, איך האף אפאר מינוט ארום אריינצולייגן די בילד פון די וואטע.
*** ג שרייבט:
אין די שאפערס רוט איז גישטאנען אז צוליב די סאך רעגענס איז לעצטענס אריין אסאך שטיינער אין זאמד אין די רעזווארן
*** א שרייבט צוריק:
אלזא, איך האב אריינגעלייגט א קלינע וואטע, און געלאזט רינען "קאלטע" וואסער, פאר צעהן מינוט!
איך וועל דא ברענגען די רעזולטאטן פון מיין "שטודיע":
די פאוער פון די וואסער א מינוט פאר איך האב ארויסגענומען די וואטע (ד.מ. ניין מינוט נאכן אנהויבן רינען).
די בילדעם קומען שוין נאך - האט געדולד!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 02:20 |
|
| |
*** א שרייבט נאך די בילדער אויף וואס ער האט אזוי שווער געארבעט, און אויסגענוצט א גאנצע וואטע דערפאר...
די בילדער איז מצוה לפרסם ווי מען קען נאר!. א גוי זאל זען וואספארא וואסער ער טרינקט וועט ער נישט שטיל בלייבן פאר קיין מינוט, זאל אונזער באליבטער מעיאר בלומבערג אריינכאפן א גלעזל וואסער נאכן זען דעם וואטע.
(ביטע נישט שרייבן מיין ניק אינערגעץ).
*** ד שרייבט:
איך ווייס נישט אויב די וואטע איז מיר קענטליך, אבער די האנט יא...
זאגסט נישט קיין שלעכטע זאך. אימעיל'ן קען מען זיי זיכער. אויב זיי וועלן זיין אינטערעסירט צו מאכן א טומל דערוועגן איז א צווייטע זאך. נאך אלעם, איז די ניו יארקער וואסער פון די געזונטסטע אין לאנד.
איך האב שוין לאנג געטראכט אז ס'לוינט צו אינוועסטירן אין א געהעריגע פילטער וואס איך זאל נישט דארפן זיין פארנומען אן אויפהער מיט בייטן די וואטע'ס.
אויך זע איך נישט דערווייל אז זייער נייע וואטע וואס זיי האבן פארשפראכן אז דאס וועט זיין בעסער (אפשר ווייל עס איז קאמפרעסט?) ווי די פריערדיגע, זאל זיך אויסארבעטן.
און יעצט רבותי וואס האלט איר?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 03:41 |
|
| |
בד"א און די TORA TIMES פון מעי 6 איז דא א בריוו ווי עס שרייבט הרב בלומענקראנץ הי"ו, אז היות אז די רעזערוואר אין אפסטעיט איז פאר אפאר וואכען צוריק געווארען פארפלייצט, האט זיך אסאך שמוץ אריינגעכאפט אין די סיסטעם, און עס וועט נעמען אפאר חדשים עס זאל זיך סעטלען און צוריק צו נארמאל.
{פאר די נייגעריקע: דאס לעצטע מאל וואס דאס האט פאסירט איז געוועהן 1997.}
ממילא, איז היוצא לנו מזה (אם דבריו נכונים) אז די העכערע לעוועל פין שמוץ וואס טרעפט זיך לעצטענס אויף אונזערע פילטערס, האט נישט קיין קשר צו ווערעם. נקודה.
און ממילא, היות אז דאס איז א צייטווייליגע פראבלעם איז א גרויסע שאד יעצט צו פירען א קאמפיין מיט די סיטי, ווייל הא תברא בצידו.... ער וועט דאך ארויסקומען מסביר זיין פארען עולם, אז מען זאל האבען געדולד וכו' וכו' .
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
|