| נשלח ב-13/5/2005 04:48 |
|
| |
ווער האט געוואנען די צווייטע ועלט מלחמה?
פארשטייט זיך אז פאר אונז אידען איז נישט קיין ספק אז דאס וואס די אמעריקאנער ענגלישער און רוסישער האבען געטוהן, איז געוועהן א טובה, (עכ"פ לפנים).
אויף ווי ווייט זיי האבען "געוואלט" העלפען די אידען, ווייסען מיר דאך אלע אז ווען זיי קענען ווען, וואלטען זיי ערלעדיגט אז די דייטשען ימ"ש, זאלען ענדיגען די דזשאב, אזוי צו זאגען.
איז אלזא לאמיר קוקען אויף די מיליטערישער שטאנדפונקט,
די וואך איז געוועהן אין די נייעס גאר א אינטערעסאנטע ארטיקעל (בד"א איז דער שרייבער א אנטיסעמיט--אבער ביטע נישט מגיב זיין מיט הרגשים), וואס האט מיר געגעבען אסאך חומר למחשבה, וואס איך מוז מודה זיין, אז איך האב נאך קיינמאל נישט געטראכט און דעם דירעקשען:
Was World War II worth it?
In the Bush vs. Putin debate on World War II, Putin had far the more difficult assignment. Defending Russia's record in the "Great Patriotic War," the Russian president declared, "Our people not only defended their homeland, they liberated 11 European countries."
Those countries are, presumably: Lithuania, Latvia, Estonia, Poland, East Germany, Czechoslovakia, Hungary, Romania, Bulgaria, Yugoslavia and Finland.
To ascertain whether Moscow truly liberated those lands, we might survey the sons and daughters of the generation that survived liberation by a Red Army that pillaged, raped and murdered its way westward across Europe. As at Katyn Forest, that army eradicated the real heroes who fought to retain the national and Christian character of their countries.
To Bush, these nations were not liberated. "As we mark a victory of six decades ago, we are mindful of a paradox," he said:
For much of Eastern and Central Europe, victory brought the iron rule of another empire. V-E day marked the end of fascism, but it did not end the oppression. The agreement in Yalta followed in the unjust tradition of Munich and the Molotov-Ribbentrop Pact. Once again, when powerful governments negotiated, the freedom of small nations was somehow expendable. ... The captivity of millions in Central and Eastern Europe will be remembered as one of the greatest wrongs in history.
Bush told the awful truth about what really triumphed in World War II east of the Elbe. And it was not freedom. It was Stalin, the most odious tyrant of the century. Where Hitler killed his millions, Stalin, Mao, Ho Chi Minh, Pol Pot and Castro murdered their tens of millions.
Leninism was the Black Death of the 20th Century.
The truths bravely declared by Bush at Riga, Latvia, raise questions that too long remained hidden, buried or ignored.
If Yalta was a betrayal of small nations as immoral as the Molotov-Ribbentrop Pact, why do we venerate Churchill and FDR? At Yalta, this pair secretly ceded those small nations to Stalin, co-signing a cynical "Declaration on Liberated Europe" that was a monstrous lie.
As FDR and Churchill consigned these peoples to a Stalinist hell run by a monster they alternately and affectionately called "Uncle Joe" and "Old Bear," why are they not in the history books alongside Neville Chamberlain, who sold out the Czechs at Munich by handing the Sudetenland over to Germany? At least the Sudeten Germans wanted to be with Germany. No Christian peoples of Europe ever embraced their Soviet captors or Stalinist quislings.
Other questions arise. If Britain endured six years of war and hundreds of thousands of dead in a war she declared to defend Polish freedom, and Polish freedom was lost to communism, how can we say Britain won the war?
If the West went to war to stop Hitler from dominating Eastern and Central Europe, and Eastern and Central Europe ended up under a tyranny even more odious, as Bush implies, did Western Civilization win the war?
In 1938, Churchill wanted Britain to fight for Czechoslovakia. Chamberlain refused. In 1939, Churchill wanted Britain to fight for Poland. Chamberlain agreed. At the end of the war Churchill wanted and got, Czechoslovakia and Poland were in Stalin's empire.
How, then, can men proclaim Churchill "Man of the Century"?
True, U.S. and British troops liberated France, Holland and Belgium from Nazi occupation. But before Britain declared war on Germany, France, Holland and Belgium did not need to be liberated. They were free. They were only invaded and occupied after Britain and France declared war on Germany – on behalf of Poland.
When one considers the losses suffered by Britain and France – hundreds of thousands dead, destitution, bankruptcy, the end of the empires – was World War II worth it, considering that Poland and all the other nations east of the Elbe were lost anyway?
If the objective of the West was the destruction of Nazi Germany, it was a "smashing" success. But why destroy Hitler? If to liberate Germans, it was not worth it. After all, the Germans voted Hitler in.
If it was to keep Hitler out of Western Europe, why declare war on him and draw him into Western Europe? If it was to keep Hitler out of Central and Eastern Europe, then, inevitably, Stalin would inherit Central and Eastern Europe.
Was that worth fighting a world war – with 50 million dead?
The war Britain and France declared to defend Polish freedom ended up making Poland and all of Eastern and Central Europe safe for Stalinism. And at the festivities in Moscow, Americans and Russians were front and center, smiling – not British and French. Understandably.
Yes, Bush has opened up quite a can of worms.
--------
Patrick J. Buchanan was twice a candidate for the Republican presidential nomination and the Reform Party's candidate in 2000. He is also a founder and editor of the new magazine, The American Conservative. Now a political analyst for MSNBC and a syndicated columnist, he served three presidents in the White House, was a founding panelist of three national television shows, and is the author of seven books
http://www.worldnetdaily.com/news/article.asp?ARTICLE_ID=44210
נא, רבותי
וואס זאגט איר?
בהוקרה,
דזשיד
תוקן על ידי - jid_613 - 13/05/2005 4:51:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 06:32 |
|
| |
גאר אינטרעסאנט ווי עס פאלט אים אפילו נישט איין אז די מלחמה האט געהאט די אויפטוה צו ראטעווען אפאר אידען. אפילו קיין הוה אמינא איז עס נישט ביי אים!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 07:11 |
|
| |
באראפארקער,
(לאנג טיים נאו סי, וועלקאם בעק)
אמת דער שרייבער איז טאקע אן אלטע אנטיסעמיט, אזוי ווי איך האב שוין טאקע אויבען דערמאנט,
בכל זאת, איז גאר אינטערעסאנט וויפיהל זאכען וואס ווערען באקאנט ווי א ידיעה פשוטה, ווערען ביז אפאר יאהר נודע בדיוק להיפוך,
וואס דאס איז דא דער נידון,
מר "טשורטשיל", וואס איז א באקאנט אלץ the man of the century, ווערט מיטאמאל פונקט אזא פארראטער ווי וואס טשענבערלעין איז באקאנט אלץ טיפש,
ועוד דוגמא, וואס געוויסע חוקרים
http://www.nature.com/news/2005/050502/full/050502-8.html
האבען זיך לעצטענס אנגעקלערט אז ווי ריינער די לופט פונעם כדור הארץ ווערט אלץ הייסער וועט די וועלט זיין....
(ולך באראפארקער, מיר האבען אמאהל געמיינט אז רמ"ד איז א צדיק....)
ועוד דוגמא ווי די חוקרים זענען געקומען צו די החלטה אז קאווע איז נאך אלע מעשיות גאנץ געזונט אויך....
וכו' וכו' אזוי אז פשוט'ע מענטשען וואס קוקען אויף דעם פין דער זייט איז א חידוש אז זיי ווערען נישט אינגאנצען משוגע.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 07:45 |
|
| |
JID
איך וועל דיר ענטפערן א תירוץ וואס דו וועסט נישט חלומען
דו פרעגסט ווער האט געוונען דו צווייטע וועלט מלחמה?
דער תירוץ איז: די יידען!
די נאציס זענען אינטערגעגאנגען, די רוסען האבן לבסוף אלעס געמוזט צוריק געבן, די ענגלענדער זענען געווארן אויס גרויס מאכט.
די יידען זענען די איינציגע וואס זענען אין א בעסערע מצב היינט ווי פאר די מלחמה.
DONT GET ME WRONG
מיר האבן אסאך פארלוירן. אדריטל פאלק סלתה ומשמנה.
אבער קוק ווי א פרעמדער - נישט קיין עמאציאנעלן קוק.
מיר האבן פארלוירן א שלאכט- אבער געוואנען די מלחמה.
זיי דיך מתבונן
בגשמיות: אין די גאנצע וועלט נאך יידן קיינמאהל נישט אזוי גוט געגאנגן.
ברוחניות: אזא תנועת התשובה נאך קיינמאהל נישט געוועהן.
הרבצת תורה, כוללים, מחברי ספרים. יידען האבן כוח POWER בלע"ז, ווי קיינמאהל נישט פריער.
ארץ ישראל, ירושלים, כותל המערבי.
פארגלייך דאס צו דעם מצב פון יידען אין די דרייסיגער יאהרן
און די נאציס, דער שטערקסטער אינדיווידועלער כוח אין די גאנצע וועלט בשעתו -זענען אראפ פון די מאפע אין געבליבן לדראון עולם!
יעצט ווער האט געוואונען? די נאציס אדער די יידען?
טראכט אריין!
תוקן על ידי - baachi - 13/05/2005 7:57:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:10 |
|
| |
דא איז דא זייער אסאך וואס צו זאגן, דעריבער וועל איך זיך צוטיילן אין עטליכע תגובות.
צוערשט וועגן די צווייטע וועלט מלחמה.
דער שרייבער מאכט - קענטיג בכוונה - א קוגל פון הונדערטער זעלבסטשטענדיגע פאקטן.
עס איז א באקאנטע זאך, אז טשוירטשיל איז יא געווען שטארק אויסגעשפראכן אקעגן די אפמאכן וואס רוזוועלט האט אדורכגעלאזט.
אבער רוזוועלט, וואס איז שוין געווען טויט קראנק און אפגעשוואכט, און איז טאקע געשטארבן אפאר חדשים שפעטער, האט צוליב זיין שוואכקייט נישט פארשטאנען פונקטליך די סטאליניסטישע אינטריגעס, און נישט זייענדיג גרייט זיך צו קריגן האט ער אים אלעס נאכגעגעבן.
אסאך היסטאריקער, און בעיקר קאנספיראטארן, טענה'ן אז רוזוועלט איז נישט געווען אזוי גערשראקן פון קאמוניזם (נישט פארגעסן די "ניו דיעל" פראגראמען).
עס איז קלאר דאקומענטירט זייער שארפע ווערטער פון טשוירטשיל אקעגן רוזוועלט נאך די קאנפערענץ (כ'געדענק נישט פונקטליך).
אלזא, עס איז נישט ריכטיג צו צוזאמשטעלן די צוויי אינאיינעם פאר דעם דורכפאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:23 |
|
| |
weaky
במציאות האט טשוירטשיל אינטער געשריבען די פאפיר אין יאלטא און נישט איך.
אוודאי לזכותו ייאמר אז ער איז געוועהן די איינציגער ניכטערע פירער דארט, שלא כמו סטאלין וואס איז תמיד געווהן שיכור, צו ווי רוזעוועלט וואס סטאלין האט פשוט נושא חן געוועהן ביי איהם חוץ פאר זיינע פיזישע שוואכקייטען.
סוף כל סוף אהן די אונטערשריפט פון טשורטשיל וואלט די הסכם נישט געהאט די זעלבע תוקף.
תוקן על ידי - jid_613 - 13/05/2005 9:55:16
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:25 |
|
| |
דער שרייבער, וועלכער סימפאטיזירט לכאורה מיט די נאצי'ס, וויל פארדרייען דעם גאנצן צוועק און ציל פון די צווייטע וועלט מלחמה.
היטלער האט נישט געפלאנט איינצונעמען די וועלט, אה, דאס איז א קאנספיראציע פונעם אינטערנאציאנאלן אידנטום.
היטלער האט פשוט פארלאנגט פאר זיך עסטרייך, דעם סודעטן געביט, דאנציג און מעמעל. ווייל דארט וואוינען די פאלק'ס דייטשן.
און אויך פראנקרייך, ענגלאנד, און רוסלאנד. סוכ"ס, זענען די אלע לענדער געווען אפשטאמיגע פון אור אלטע דייטשע שבטים (זאקסן וכדו').
היטלער איז ממש א צדיק, נאר די פארשאלטענע ענגלאנד און פראנקרייך זענען געגאנגען אין קריג צו באפרייען פוילן.
און פאר די זעלבע סיבה האט יאפאן אטאקירט פוירל הארבאר.
און פאר די זעלבע סיבה האט היטלער באפאלן רוסלאנד אין א בליץ קריג.
און פאר די זעלבע סיבה האט היטלער איינגענומען צענדליגער לענדער אין גאנץ אייראפע.
אלעס ווייל ענגלאנד האט געוואלט באפרייען פוילן.
א חידוש פון א שרייבער.
אייגנטליך נישט, דאס זענען די אפיציעלע נאצי ווערסיעס פון די קריג, וואס ווערט געפיטערט און איבער גע'חזר'ט טאג טעגליך דורך טויזנטער נעא-נאצי'ס איבער די וועלט.
היטלער איז געווען א לעגיטים ערוויילטער פירער פון דייטשלאנד.
און נאר סטאלין איז געווען א פארברעכער.
ווי אויך טשוירטשיל, וואס האט בכוונה געמאכט די קריג, כדי איבערצוגעבן פוילן פאר סטאלין.
תוקן על ידי - זאליweaky - 13/05/2005 9:33:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:40 |
|
| |
weaky
מיר אלע פארשטייען אז דער שרייבער איז א אנטיסעמיט, און ער האט א שטארקע נטיה ריין צו וואשען די דייטשען.
דאס איז נישט דא דער נושא.
בנוגע פארוואס ענגלאנד האט ערקלערט א קריג, איז דער שרייבער למעשה גערעכט, און והא ראיה ווען ער האט איינגענומען עסטרייך און טשעכסלאוואקיא האט ענגלאנד נישט ערקלערט א קריג.
עס איז אוודאי אויך דא אנדערע סיבות, למשל אז די ממשלה אין ענגלאנד האט זיך דעמאלטס געטוישט, אבער לאמיר נישט פארגעסען אז די ממשלה האט זיך נישט געטוישט אומזיסט, נאר די זעלבע פארלאמענט וואס האט אראפגעשלונגען און געקענט פארדייען די ערשטע קורבנות פין ימח שמוניק, האט דאס נישט געקענט פארנעמען מער ווען עס האט זיך געהאנדעלט בנוגע פוילין.
למעשה, דאס אז די וועלט (בוש) האט אנערקענט אז די סוף פון צווייטע וועלט מלחמה האבן נישט גע'ענדיקט טשורטשיל און כמעט רוזעוועלט איז גאר א שטארקע אנטוישונג פאר אסאך מענטשען וואס האלטען זיך פאר ידענים.
תוקן על ידי - jid_613 - 13/05/2005 9:43:14
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:43 |
|
| |
בנוגע דעם סוקסעס פון די מלחמה איז אזוי.
פון זיין שטאנדפונקט איז דאך היטלער פונקט אזוי גוט ווי סטאלין, איז דער איינציגער געווינער סטאלין, וואס האט באקומען האלב אייראפע אלס מתנה פון די אליאירטע.
פון מיין - און יעדן נארמאלן מענטש'ס - קוקווינקל, איז די מלחמה נישט געווען קיין סוקסעס, עס איז געווען אוממעגליך אז איין מענטש זאל קענען הערשן מיט אייזערנע שטיוול אויף די גאנצע וועלט, און ער וואלט במילא געפאלן פריער צו שפעטער.
די צייט פון זיג, וואס האט געברענגט די קרבנות נאר צו 50 מיליאן, איז אויך נישט קיין געווינס, ווען מען פאלגט ווען טשוירטשיל פון די ערשטע מינוט, וואלט דאס אויך נישט געווען, און פוילן וואלט געביבן א פרייע מלוכה.
אלזא, דא זענען מיר לכאורה איינשטימיג.
נאר רוסלאנד האט פארדינט פון די מלחמה.
אבער איך האלט אז דער גרעסטער געווינער איז אמעריקע.
סטאלין וואלט במילא בדרך הטבע פארקנעכטעט אייראפע און די איבריגע לענדער.
העכסטנ'ס וואלט ער אנגעהויבן די בליץ קריגן און נישט היטלער.
אבער אמעריקע, לויט יענע בעפאר די מלחמה אומשטענדן, וואלט געבליבן אויף איר ארט פארזינקען אין שוואוילטאג, און נישט אריין אין דעם מלחמה געיעג (סוכ"ס, זענען אין אמעריקע געווען דאן גענוג אפענע און באהאלטענע קאמוניסטן).
און רוסלאנד וואלט מסתמא היינט געווען די איינציגע גרויסמאכט.
במילא, האלט איך אז נאר אמעריקע האט געווינען.
(הערה: דאס אלעס איז נאר טעארעטיש, אודאי איז אויף אלעם דא א השגחה, און טאקע דערפאר האט די השגחה געפירט וויאזוי עס איז למעשה געווען).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:46 |
|
| |
ערשט יעצט האב איך אויפגעפאסט אז דער שרייבער איז פעט ביוקענען.
כ'האב אלעמאל געוואוסט אז ער איז א אנטיסעמיט און ראדיקאל.
אבער כ'האב נישט געוואוסט אז ער איז א נאצי ?!
(די קאנסערוואטיוון זענען נאצי'ס, פונקט ווי די ליבעראלן זענען קאמוניסטן ???
ס'איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 09:50 |
|
| |
baachi
בנוגע די רוחניות'דיגע מצב, זענט איר אולי גערעכט.
אבער אין גשמיות איז פאר די חוץ לארץ'דיגע אידען געגאנגען גאר גוט, פארען קריג אויך,
אוודאי, דארף מען אויך קוקען וועלכע יאהרען מיר רעדען וועגען 30' 20' וכו'.
און אוודאי דארף מען זעהן וואס א מדינה מען רעדט וועגען רוסלאנד\פוילין\דייטשלאנד\און בכלל מערב אירופה.
לאמיר נאר נישט פארגעסען אז די אידען וואס האבען געלעבט אין דייטשלאנד אין די צוואנציגער יאהרען וואלטען געקענט שווערען אז עס וועט אזוינס קיינמאל נישט פאסירען,
נישט קיין סאך אנדערש ווי די עולם רעדט היינט.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 10:00 |
|
| |
בנוגע די אידן איז אזוי.
צום ערשט וואלט כדאי געווען צו ליינען די נייעס באריכט פון די וואך, וויאזוי אמעריקע - און די רעפארמער, האבן פארראטן די אידן אויפן שענדליכסטן פארנעם, מיט די אפענע כוונה אז די נאצי'ס זאלן "ערלעדיגן" ווי מער אידן, און עס זאל זיין ווייניגער פליטים נאך די קריג.
------------
בנוגע זייער געזעלשאפטליכן שטאנד.
עס איז נאך קיינמאל נישט געווען קיין מצב ווען אידן זענען געשטאנען אזוי שלעכט ווי היינט.
נישט נאר אין רוחניות - וואס דאס איז דער עיקר פונעם איד - איז היינט א דור, שווארצער פון שווארץ (און נישט וויל מען מאכט אן עירוב...).
נאר אויך אין גשמיות.
אידן זענען אלעמאל - זייט די אסימילאציע האט זיך אנגעהויבן - געווען די אויבערשטע פון שטייסל אין די עקאנאמישע, פאליטישע, און וויסנשאפטליכע געזעלשאפטן.
היינט צו טאג, זענען די וואס רופן זיך אידן - אין אמעריקע, אויך אויפן זעלבן מצב ווי אמאל בגשמיות. כאטש בשום אופן נישט בעסער (אין דייטשלאנד זענען אידן אויך געווען אין די רעגירונג, בענק, שפיטעלער, וכדו').
אבער אין ארץ ישראל, איז אויסדריקליך ערגער פאר זיי.
נישט נאר לעבט מען דארט אונטער א שרעק יעדן טאג, און יעדעס מאל, וואס מען גייט אין די עפנטליכע פלעצער, בפרט ווען עס איז "הייס".
נישט נאר די מזרח'דיגע אידן, וועלכע אין זייערע לענדער זענען זיי געווען די אויבערשטע פון שטייסל, און דא זענען זיי צווייטע קלאס בירגער, און די מערסטע פון זיי לעבן אין ארימקייט.
נישט נאר פאר די חרדי'שע אידן וועלכע האבן כמעט נישט קיין מעגליכקייטן צו אריינגיין אין די ביזנעס וועלט, צוליב דאס נישט קענען גיין אין מיליטער. און עס זענען פאראן טויזנטער שטיבער - בלי גוזמא, וואו מען לעבט אין עכט אונטערדריקטע און ארימע אומשטענדן (אין אמעריקע וועט מען נישט זען אזא זאך ווי "אמא, הבטחת לנו עוף לשבת". אין אר"י איז דאס טאקע אויך א זעלטנהייט, אבער גענוג מצוי אס מען קען עס נוצן אלס קאמפיין מיטל).
נאר אפילו די אשכנזי'שע קלוגע פרייע, וואלטן אויך שוין לאנג אונטערגעבראכן ווען נישט די שטיצע פון אמעריקע און דעם שנאר אפאראט אין חוץ לארץ.
מען קען נאך מאריך זיין א גאנצע נאכט, אבער כ'מיין אז אויפן שפיץ גאפל איז עס גענוג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 10:17 |
|
| |
זשיד:
כ'האב ערשט יעצט באמערקט דיינע תגובות.
לאמיר גיין צוביסלעך.
טשוירטשיל האט געמוזט אונטערשרייבן, ווייל רוזוועלט האט אונטערגעשריבן, און זיין נישט אונטערשרייבן וואלט במילא נישט אויסגעמאכט, דער תוקף איז די זעלבע צו ס'איז 2 פון 3 צו ס'איז איינשטימיג פראטאקאלירט.
און נאך אלעם, האט רוזוועלט פארט עפעס באקומען פון סטאלין.
בנוגע פארוואס ענגלאנד האט ערקלערט קריג, ביזטו נישט גענוג באהאוונט.
אלע ניכטערע פאליטיקער האבן געווארנט יארן פריער, אז דא וואקסט א שלאנג וואס וויל פארניכטן די וועלט.
די ליבעראלע און מעסיגע, האבן נישט געוואלט אקצעפטירן דעם "דמיון", און באטראכט היטלער אזויווי ביוקענען קוקט אים היינט אן.
אין יענע צייט האט ענגלאנד געהאט א אפמאך מיט פראנקרייך, אז ווען פראנקרייך גייט אין קריג גייט ענגלאנד איר העלפן, און פראנקרייך האט געהאט דעם זעלבן אפמאך מיט טשעכעסלאוואקיע (דאן האט מען זיך איינגערעדט אז דאס וועט פארמיידן מלחמות).
עסטרייך און טשעכעסלאוואקיע, האט היטלער באקומען לעגיטים.
עסטרייך האט אים גערן אויפגענומען, און טשעכעסלאוואקיע האט טשעמבערליין איבערגעגעבן, מיט די איינרעדעניש אז דאס וועט פארמיידן א קריג (פון דייטשלאנד מיט טשעכעסלאוואקיע, וואס וואלט ארינגעברענגט פראנקרייך, און עווענטועל ענגלאנד).
שוין דאן האט טשוירטשיל געשריגן אז היטלער וועט גיין ווייטער, און אז טשעמבערליין וועט גארנישט אויפטון.
שפעטער ווען היטלער האט אנגעהויבן מיט פוילן, וואס האט געהאט דעם זעלבן פאקט מיט פראנקרייך ווי טשעכעסלאוואקיע, האט שוין יעדער געזען וואס זיינע כוונות זענען. און דאן האט שוין ענגלאנד אויך אנערקענט אז מען מוז גיין אין מלחמה.
למעשה ווען היטלער האט אנגעגריפן פוילן, האט פראנקרייך, דערנאך ענגלאנד, געמוזט דערקלערן קריג אקעגן דייטשלאנד. און אויב איך געדענק גוט, איז טשעמבערליין גאר געווען דער וואס האט דערקלערט דעם קריג (אדער האט ער דאן רעזיגנירט אין שאנדע).
דו ביזט אויך מודה אז אמעריקע האט געדארפט גיין העלפן קואוועיט אקעגן כוסעין, צוליב דעם פאקט.
אלזא, נישט ענגלאנד האט דערקלערט קריג אקעגן דייטשלאנד. דייטשלאנד האט דערקלערט קריג אקעגן פוילן, און אויטאמאטיש פראנקרייך און ענגלאנד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 20:44 |
|
| |
Jid
בנוגע דעם גוטן מצב הגשמי פון אחב"י אין אירופה פאר די קריג
דו זעסט מיר אויס צו זיין א באבאווער
שאל אביך ויגדך פרעג דיך ביי די אלטע ווי דער מצב הפרנסה איז געוועהן אין פוילען, ליטע, רוסלאנד, קארפאטן, אונטערלאנד, אלט רומעניע.
פרעג נישט קיין אונגערישען אויבערלענדער- חוץ פון א באשטי
|
|
|
|
|