|
|
| נשלח ב-15/5/2005 16:49 |
|
| |
לאז אפ, זיין רבי ערלויבט אים
דאס זענען די ווערטער פון די הייליגע גמרא.
און זיי מיר נישט חושד, איך קען נישט טון אזא געמיינע זאך. לערנענדיג אין סאטמאר אלע יארען קען איך מיך נישט אראפלאזען און טון אזא נידעריגע זינד ווי לערנען דעם דף היומי, אבער דעם שבת נאך שטורמישע דעמאנסטראציעס אין גאנץ וויליאמסבורג (און שרעקליכע חילול השםס), האב איך פון א זייטיג אויגעל באמערקט ווי מיין חבר זיצט אין איינע פון די סאטמערע בתי מדרשים (פרעג מיר נישט פארוואס ער האט דוקא אויסגעקליבען צו לערנען און קלייבען ניצוצת אין אזא הייליג מקום) און לערענט מיט א ברען, נישט מער נישט ווייניגער דעם דף. קימענדיג נענטער האב איך אביסעל אינטערגעהערט זיין לערנען און אט די מעשה וואס די גמרא ברענגט האט געצויגען מיין אויפמערקזאמקייט.
רבי ירמיה בר אבא איקלע לבי רב אסי קם שמעיה קא בדיק לנהורא דשרגא אמרה ליה דביתהו ומר לא עביד הכי אמר לה שבקיה כרביה ס"ל
עס איז נישט קיין צופאל אז דער דף איז אויסגעקימען אין שבת. עס קומט אונז עפעס לערנען.
דא קומט איינער צו מיר אינדערהיים (ליין: וויליאמסבורג) און טוט עפעס וואס זיין רבי לאזט אים אבער ער טוט דאס דאך ביי מיר וויל ר' אסי ווייב מוחה זיין. אבער ניין, ער לאזט נישט. זיין רבי האלט אז מען מעג יא.
נאך קען מען זאגען אז ר' אסי האט נישט נאר "נישט מוחה געווען" נאר האט אפילו געזאגט אז מען זאל אים לאזען (שבקיה)..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2005 18:15 |
|
| |
איך האלט מיט דיר הונדרעט פראצענט. אבער זייט מיר מסביר, אויב ביסטו א סאטמאר חסיד פין ר' יואליש זצ"ל, איז פארוואס האט ער מוחה געווען קעגען אגודה וכו', קען מען דארט נישט זאגען די זעלבע סברא ווי שבקי' כרבי' ס"ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2005 18:54 |
|
| |
די ווילסט איך זאל דיר טאקע ענפערען אדער ווייסט שוין וואס איך וויל זאגען ?...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2005 19:04 |
|
| |
טייערער יאמאמיי
אין אונזער סוקסעספולן פורם:
בחדרי חרדים_משפחה_אידיש
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1345701
האט איר מגיב געווען בזה הלשון:
"ער זאגט זייער פיין דער שופר"
מיר האבן אסאך מגיב צו זיין אויף אייער נאריש'ן אשכול דא
אבער ליידער צייט האבן מיר נאך נישט - מיר האפן איה"ש בקרוב.
אין מיר האפן אויך אז איר וועט דא אויך מודה זיין אז:
"ער זאגט זייער פיין דער שופר"
ביז דעמאלס צולייגט ביטע מיט אייער "דף היומי'דיגן בליק" וואס דער חילול השם איז ווען טויזענטער אידישע קינדער שרייען אויס: זייטס אונז נישט מזכה מיט "חילול שבת", מיט'ן טריפה'נעם משכיליש'ן מאנטעל פון "מציל זיין נעבעך טויזענטער אידן פון חילול שבת מדי שבת בשבתו"!!!
יישר כחכם פון פאראויס
שויתי ה'' לנגדי תמיד
תוקן על ידי - שופר_שופר - 15/05/2005 19:07:47
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2005 19:18 |
|
| |
דארט האסטו פיין געזאגט. יעצט ווארט איך זאלסט אויך דא פיין זאגען...
מיין ווייב פייניגט מיר שוין און איך וויל נאך שרייבען עפעס דארט, ביי אונזער פארום. (אויך דא וויל איך פרעגען פארוואס מען לערענט נישט אויס דעם עולם הלכות מחאה. אבער דאס וועל איך שרייבען נאכדעם וואס די וועסט מיר דא אפפרעגען..)
אבער די חילול ה' איז ווען א גוי זעט ווי חסידישע אידען שרייען איינע אויפען צווייטען. נאכדערצו אויף א זאך וואס וועט ממילא נישט אויפטון. דער עירוב בלייבט. די שרייען וועט דאס נישט אראפנעמען..
האט טאקע דער רבי ז"ל געהאלטען אז אויב דער עירוב שטייט טאר מען נישט טראגען אדער האט ער געהאלטען אזוי ווי דער ר"י פון שערי יושר וואס האט געבעטען די רבנים נישט צו לאזען מאכען א עירוב אבער יעצט לאזט ער נישט שרייען ?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2005 19:43 |
|
| |
איך מיין אז די וואס שרייען זענען גערעכט.
די רבי זי"ע האט געזאגט "אז עס טוט וויי שרייט מען".
עס טוט שרעקלעך וויי צו זעהן ווי יענער טראגט און האט הנאה, און איך קען נישט טראגען, און איך מוז בלייבען איינגעשפארט אין שטוב אגאנצען טאג. ממילא
שרייט מען!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2005 22:08 |
|
| |
שופר שופר
אזוי ווי דו האסט מיך מהנה געוען מיט דיין לאנגע העתקה אינם דערבייאיגן אשכול וויל איך דיר מכיר טובה זיין און ענטפערן אויף די אטאקעס קעגן דיר, פארגעס נישט איך בין אויף געוואקסן אין זעלבן חדר ווי דו.
אבער נאר ביז מאנטיג.
יאמאמיי
וואס גלייכסטו צו הודו צו קיש, דא ווייזטו ארויס דיין בורות אזוי ווי דו אלטע עמי הארצים אין מארגן זשורנאל
קודם כל איז דארט געוועהן א דרבנן אין דא איז דאורייתא'ס ממש
שנית דארט איז געווהן בצנעה אין דא איז בפרהסיא וואס חילול שבת בפרהסיא דינו כגוי לכל דבר
ובשלישית
דארט איז דאך זיין רבי געוועהן עולא
דא איז דאך נישטא קיין איינער ערליכר רב וואס איז מתיר.
אלע ערליכע היימישע רבנים בלי שום יוצא מן הכלל האבן עס געאסערט.
בפרט די רבני הדור הישן כידוע וואס אפילו די יחידים המתירים וואס זענען נעביך דורכגעפאלן אין נישט געקענט עומד בנסיון זיי האבן בסוף ימיהם תשובה געטוהן און חוזר געוועהן, ווי יעדער ווייסט
איז דאך אין בי"ד יכול לבטל- ודבר שנאסר במנין וגו'
ובעיקר ראייתי אז מזעט דאך נישט דעם עירוב, פארוואס?
דער תירוץ איז, זיי האבן מורא עס צו ווייזן ווייל עס איז פול מיט פסולים אפילו לשיטתם הפסולה
יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט דאך דאס.
סאיז אויך קיין נישט אפגעשריבן קיין שום תשובה או בירור הלכה בעולם מתיר צו זיין דעם עירוב!.
איך רעדט נישט פון די אלע אפגעפרעגטע רבנים, וואס דער רבי זי"ע האט שוין לאנג אויף זיי געזאגט אז זיי זענען מגלה פנים בתורה שלא כהלכה כידוע מספר הק' נועם אלימלך... וגם בספה"ק שופר של עולה אודות גודל העוון להכשיל את הרבים ועיין באוהח"ק סוף פרשת קדושים בענין לפני עיור
כל העמים ילכו איש בשם אלוקיו וגו'
.
שויתי ה' לנגדי תמיד
נכתב על ידי באטשי למען שופר שופר
תוקן על ידי - baachi - 15/05/2005 22:14:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2005 23:59 |
|
| |
שופר
אויב האט באטשי גוט געענפערט וואלט געווען שיין זאלסט עם באדאנקען... אויב נישט לאמער הערען וואס די האסט צו זאגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2005 00:19 |
|
| |
זאג נאר יאמיי.
די גמרא אין שבת דף י"ב רעדט נישט פון קיין מילך קעסטלעך.
די גמרא וואלט געזארפט זאגן: שאני ר' ירמי' בר אבא דלית לי' מילך קעסטל...
די ווייסט נישט אז היינט איז אנדערש. מיר האבן ב"ה מילך קעסטעלך לרחצה? ממילא איז מען נישט גורס דעם שבקי'.
תוקן על ידי - ווארהייט - 17/05/2005 0:25:53
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|