בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ובחרת בחיים !!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2005 17:23 לינק ישיר 
ובחרת בחיים !!

נישט לאנג צוריק האט זיך געטומעלט מיט'ן סיום הש"ס פון דף היומי, יעדער מיט זיין השקפה, אבער דערווייל האבען די לומדי הדף שוין געענדיגט מסכת ברכות און האלטען היינט שוין שבת י"ג.
נו, איז ווער דער גליקלעכער ? עס שרייט פאר זיך אליין "ובחרת בחיים".



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2005 17:29 לינק ישיר 

חלילה וחס בעסער מזאל שרייבען אויף היידפארק.
שרייען אין די גאסען. פארשעמען מענטשען. רעדען מיט א זלזול אויף דעם עם הנבחר, און זיי אנרופען מיט עקעלדיגע צונעמען.
און נאך.....
אלעס איז בעסער ווי איין מינוט לערנען דעם דף היומי..
ר"ל. מזאל נאר נישט פארכאפט ווערען....
(איך מיין אז מען דארף דיר חוסם זיין פאר אפילו טראכטען אזא זאך...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2005 17:47 לינק ישיר 

יאמאמיי!
ובלשון הגמ' שבת י' ע"ב (למי שניכשל בלימוד הדף רח"ל) בתרייתא עדיפא מקמייתא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2005 17:52 לינק ישיר 


זאב

עס דערמאנט מיר פון אן אלטע חסידיש ווארט,

מצוה גוררת מצוה, עבירה גוררת עבירה,

דהיינו, אז א איד איז מסופק צו עפעס איז א מצוה צו א עבירה,

דארף ער נישט מער ווי קוקען וואס זענען די תוצאות פון דעם,

נו, אז דער סיום הש"ס בפומבי, איז גורם אזויפיל אידען זאלען זיך זעצען צו טעגליכע שיעורי תורה אין גפ"ת,

קען דען זיין א שטערקער ראיה פון דעם?



בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2005 17:57 לינק ישיר 

אבער ר' זאב
געדענק איין זאך, אז די האלטס שבת י"ג, טוה נישט וואס עולא האט געטוהן, און אווודאי נישט וואס דער תלמיד אחד, ווייל דעמאלס ווען מען זאגען אז עבירה גוררת עבירה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2005 19:00 לינק ישיר 

בארא פארקער!
הנה נתברר כי בנתיים הנך עוסק בדף היומי...
משום מה מכל הדף של היום מצאת רק את המעשה של עולא, אך עיין שם בתוס' (למרות שבשיעורי הדף בדר"כ אין לומדים התוס') ותבין שהנך בגדר לועג לחכמים. מה עוד שהמדובר בקדושי עליון מלאכי מרום.

תוקן על ידי - allnewspic - 16/08/2005 20:52:22



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2005 19:57 לינק ישיר 

sim
זיי נישט אזוי ערענסט, קאמאן, געב א שמייכעל, די מצב איז נישט אזוי געפערליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 19:44 לינק ישיר 

מען האלט שוין היינט שבת ק"ו די צייט רוקט זיך.

אגב אין נעכטיגען דף קה: זאגט די משנה אז הקורע על מתו איז פטור ווייל ער איז א מקלקל.

פרעגט די גמרא אויב ער דארף רייסען קריעה איז ער דאך א מתקן?

ענטפערט די גמרא ער אז עס רעד זיך אויף אן אופן וואס ער דארף נישט רייסען קיין קריעה ע"פ הלכה אבער ער רייסט פארט וועגען זיין צער.

דהיינו עס רעד זיך נישט ביין קיין תלמיד חכם אדער אפילו אן אדם כשר נאר ביי א פראסטען איד.

קומט אויס לפי זה אז די סתם משנה פון הקורע על מתו רעד זיך אז איינער האט א גוטן פריינד וואס איז נישט קיין קרוב וואס מען מוז אויף עם רייסען קריעה ע"פ הלכה וואס איז אויך א פראסטער איד און ער רייסט זיך וועגען צער וואס ער האט אז יענער איז נפטר געווארען.

דאס שרייבט רבינו הקדוש.

מען קען האבען אזא געפיל פאר איד אפילו ווען ער איז נישט קיין אדם כשר !!!

ודי לחכימא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 19:59 לינק ישיר 

דער אשכול האט מיר געמאכט לאכן.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען די נישט-סאטמארע אויף דעם פארום זיך צוזאמנעמען אין איין אשכול. עס איז די ערשטע מאל וואס איך זע עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 20:08 לינק ישיר 

זיסקייט !

איך גלייב דיר אז די לאכסט

אבער איך קלער אז די לאכסט ווייל ביי דיר איז זייער פאני צו רעדען וועגען דברי תורה אן א קנייטש אין שטערן.

יא עס דא אמת'ע שמחת החיים דורך תורה, עס איז זייער זייער א גוטע מיטעל צו כאפען א שמועס מיט אן אנדערען איד וועגען טאגליכען בלאט. איט רילי מעיקס יא פיל גגגגגגגוד

די קענסט אפשר לאכען באט דעטס יאר פראבלעם סוויטהארט

תוקן על ידי - זאב58 - 16/08/2005 20:14:01



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 20:40 לינק ישיר 

בדרך אגב ובדרך אפשר, שלא להוציא מסקנות.
דער פריערדיגער באבובער רב רבי בנציון זצוק"ל האט געזאגט: אז די דף היומי איז גלייך צו א שטיקל פארשטונקענע הערינג איינגעפאקט אין א שיינע מתנה פאפיר.
פיל גדולי ישראל האבן געלערנט און געשטיצט דאס לערנען דף היומי. און פיל גדולי ישראל זענען געווען דערקעגן. דערצווישן דער באבובער רב זצ"ל.
דער עיקר דארף יעדער זען צו האבן א שיעור קבוע, אויב ביי זיי האט מען געלערנט דף היומי, כה לחי. אויב נישט, דארף מען אליין מאכן א סדר צו לערנען בקביעות עתים לתורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 20:41 לינק ישיר 

זאב ווילסט פארלערנען א טעגליכער שיעור אין דף פאר אונז סאטמארער דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 20:48 לינק ישיר 

בן המלך!

א חרפה און א בושה מען דארף רייסען קריעה אויף א זעלעכע פרעכע דיבורים.

"פארשטיקענע הערינג"

אפשר זאל מען דאס זאגען אויף דיינע רבי'ס? פארשטייט זיך נאר בדרך משל ?

עס איז אומגויבליך וואס היימישע אידן קענען מזלזל זיין און כל הקדוש ווען עס קומט צו זייערע אינטערעסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 21:25 לינק ישיר 

טיערער זאב, איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר, אבער איך האב דעם מאמר געדרוקט שווארץ אויף וויס, קאפירט פונעם ספר משכנות הרועים. איך האב נישט קיין סקענער, אויב יא וואלט איך עס דיר אריינגעסקענט.
פון מונקאטשער רב דער הייליגער מנחת אלעזר זצוק"ל איז דא נאך שארפערס.
נאר וויבאלד באראפארקער האט אריינגעברענגט אינמיטן אשכול פון דף היומי דעם נושא פון באבוב, האב איך געוואלט דערמאנען א מאמר פונעם הייליגן באבובער רב וואס איז נוגע לענין. אויב האב איך דיר וויי געטוהן אדער נאך גולשים, בין איך יעדן מפייס. איך האב טאקע תיכף צוגעברענגט, אז פיל גדולי ישראל שטיצן עס יא. אבער איך האלט נישט פון באגראבן אדער באהאלטן א מציאות און א פאקט, נאכדערצו ווען דאס איז א מאמר פון א גדול הדור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 21:31 לינק ישיר 

זאב
מצוה גוררת מצוה.
פון דיין לערנען דעם שמייליגען דף יומי ביז צו גליטשען אויף'ן אינטרנעץ רחמנא יצילנו.
וואס איז דער נעקסטע מצוה דיינער?

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 21:48 לינק ישיר 

wassa

i dont want to be dragged down to your level.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ובחרת בחיים !!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext