| נשלח ב-24/5/2005 06:04 |
|
| |
זיצען נעבען נשים אין הלכה און חסידות
אסאך מאל קומט אויס פאר אחינו בני ישראל צו פארען אויף די באן אדער די שטאטישע באס, אדער עראפלאן, און עס איז נישט דא קיין פלאץ צו זיצען נאר לעבען אן אשה.
וואס איז די הלכה?
מעג מען?
איז עס אסור?
יהרג ואל יעבור?
מדת חסידות?
מיט מיין גרויסע גאונות - - קען איך נישט אנטאפען די שאלה, און אויסרעכענען וואס דאס איז.
בעט איך דעריבער אלע גאוני היידפארק שליט"א, זאלען אריין ווארפען זייער צוויי סענט, און שרייבען וואס זיי ווייסען און האבען געהערט פין ת"ח אין דעם ענין. ביטע שרייבען וואס מער מקורות מען געדענקט, עס העלפט צו להשלמת הענין.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 06:19 |
|
| |
הלכה וועל איך דאסמאל לאזען יוחי718 רעדען קודם,
אבער פראקטיש פאר א חאניאק און אזא מצב......... געדענקסטו די מעשה מיט די פאפא (ב"פ) רבי?
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 07:50 |
|
| |
JID
וואס פארגלייכסטו א באן צו אן עראפלאן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 01:28 |
|
| |
לעבן א האלב נאקעטע אינגע שיינע שיקסע טאר מען לכל הדעות נישט.
ווידער לעבן א 65 יעריגע, 250 פונטיגע, 4.1 פיס, שווארצע, אלטיצ'קע, מעג מען לכל הדעות.
אגב, איך ווייס א אינגערמאן א חאניאק וואס איז געפארן אויפן באן און לעבן איהם איז געשטאנען אן אלטע שיקסע מיט א שטעקן, אין מיטן האט די באן געמאכט א שרעקליכע שארט-סטאפ אויף אזא מין אויפן אז די אלטיצ'קע האט געהאלטן ביים ארויפטראסקענען אויפן אינגערמאן, האט דער אינגערמאן געגבן א שפרינג אוועק אין די אלטיצ'קע האט געגבן א טראסקע אראפ אויף דער ערד, און סיז געווארן מהומת...סיז געווען א שטיקל חילול השם.
איך וויל טאקע געוואלט פרעגן, אויב מ'זעהט למשל א אלטע שיקסע האט זיך אויסגעגליטשט אויף דער ערד אין מ'איז דער איינציגסטער וואס קען העלפן, מעג מען איגנארירן? אדער מוז מען איגנארירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 03:58 |
|
| |
"איזהו חסיד שוטה? זה העובר ורואה אשה טובעת בנהר ואינו חש להצילה"
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 05:19 |
|
| |
מקוה איד,
וואס ברענגסט די ארויס, אז דער חאניאק וואלט אנדרעש געטוהן ווען די פרוי איז נישט אלט און מיאוס? וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 06:18 |
|
| |
בארא פארקער:
צוערשט מוז איך דיר גראטולירן.
ענדליך - נאך יארן זוכן - האב איך געטראפן דעם מענטש וואס איז נישט ONE TRACK MINDED, און עס דערקענט זיך טאקע אין אלע דיינע תגובות אין דעם פארום...
ועל של עתה, ביזטו גערעכט, איך האב געמאכט א טעות.
נישט מארקאוויטש, נאר ראבינאוויטש.
און דאס האט גארנישט מיט די סאטמארער פאליטיק, עס האט מיט דעם אז איינער וואס לויפט פאר די טריפה'נע רבנות (טראץ וואס קיין נארמאלער מענטש וויל שוין נישט לויפן, נאך די לעצטערע סקאנדאלן) מיטן נאמען ש. ראבינאוויטש, האט זיך געשטופט אינאיינעם מיט נשים ואנשים צו באקומען א "ברכה" פון דעם פרעזידענט'ס פרוי, און מעגליך גאר וויכטיגערע זאכן.
און אויב עס שטערט דיר צו זען ווי נידריג עס קען גרייכן א קאנדידאט פאר די רבנות (די "מעשים טובים" פון מעצגאר זענען כאטש געווען בסתר), דאן מעגסטו זיין גערישט אויף נאך פיל ארגערע דורכפעלער.
די היסטאריע איז אלעמאל געשטאנען צו דער זייט פון די ערליכע אידן, טראץ וואס פיל מאל איז זי פאמעליך דערין !
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 07:20 |
|
| |
וואסערע וויכטיגערע זאכען האט ער געוואלט עררייכען פין לארע בוש?
און ווי קומט עס אריין אין אשכול וואס רעדט וועגען זיצען נעבען נשים?
לאז זיין איך האב געמאכט א גרייז וועגען סאטמארע פאליטיק, ציונות איז אויך א סאטמארע זאך, און ווי די שטייסט זיכסט די אריין צו קאטענען דיינע זאכען וועגען סאטמאר, אז נישט ארי זאלי איז עס ציונות.
און דאס אז די היסטאריע איז אייביג ביי די זייט פין ערליכע אידען, ווייס איך אינגאנצען נישט וואס די מיינסט, לו יהא אז ערליכע אידען זענען אייביג מצליח, חוץ ווען מען הרג'ט זיי, און מען פייניגט זיי, און מען שינדט זיי די הויט פאר די לעצטע צוויי טויזענעט יאר, אבער עכ"ז זענען זיי סוף כל סוף מצליח, לאז זיין, איז פארדעם?
האסט פארגעסען דיין סאטמערע פזמון? מען דארף געדענקען אז מען איז אין גלות!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 07:28 |
|
| |
איך מוז דיר ווידער אמאל קאנגראטולירן פארן באשטעטיגן מיינע ווערטער, אז דו ביזט נישט ONE RACK MINDED.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 16:49 |
|
| |
רעדסט אין גאנצען נישט צו דער זאך, גיי דיך אין דיין רוה אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 17:35 |
|
| |
מקוהאיד
ווי האסטו גענומען דעם חילוק צווישן די נשים?
לשיטתך מוז מען זיי גוט אנקוקען קודם...
איסור יחוד גייט אהן מיט אפרוי פון 90 יאהר,
נגיעה דורך אבגד איז משום לא תקרבו, אין נאר ווען סאיז דרך חיבה.
פארוואס אידן שטעלען זיך אויף? סאיז פשוט נישט איינגענעם.
מדארף זיך היטן די אויגן אגאנצן וועג, אבער צוליעב דעהם דארף מען נישט מאכן שטינק וואס קריכט אריין אין חילול השם.
איך האב אמאהל בייגעוואינט א סצענע אין איין עראפלאן ווי אפאהר ירושאלמע אידענעס! האבן זיך נישט געוואלט זעצען נעבן א מאן א גוי. נישט קוקענדיגהייט האב איך באמערקט אז זיי זענען אריין אין די היתר'דיגע קלאסיפיקאציע פון ר' מקוה איד.
זיי האבן אוודאי געלייגט ר"ת תפילין אויך... ווער ווייסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 21:38 |
|
| |
אין ביזנעס איז זייער שווער נישט איבערצוגעבן אדער איבערנעמען פון א פרוי וואס ארבעט.
עס איז טאקע דא דער איסור פון "יד ליד לא ינקה" אבער לויט ווי עס איז משמע אין די גמרא און די פוסקים איז דער איסור נאר אויב מ'האט אינזין כדי להסתכל.
די גמרא אין מסכת כלה זאגט:
אז איבערגעבן פאר א פרוי אין די הענט איז אסור (מדינא) נאר אויב ער האט אינזין בביל שיתסכל בה.
המרצה מעות לאשה מידו לידה או מידה לידו בשביל שיסתכל בה אפילו גדול כמשה רבינו שקבל תורה מסיני לא ינקה מדינה של גיהנם שנא' יד ליד לא ינקה רע
די זעלבע זאך שטייט אין מסכת ברכות דאף ס"א ע"א מיט דעם לשון
תנו רבנן המרצה מעות לאשה מידו לידה כדי להסתכל בה אפילו יש בידו תורה ומעשים טובים כמשה רבינו לא ינקה מדינה של גיהנם שנאמר יד ליד לא ינקה רע לא ינקה מדינה של גיהנם
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2005 07:50 |
|
| |
באקומען אין אישית פין אונגארישער
די ערשטע תגובה איז צום סוף, אויף דעם האב אני הקטן געשריבען אינדערמיט, האט ער מיך צוריק גענטפערט וואס שטייט אין התחלה (ווערט נישט צומישט )
כ'האב געמיינט וועסט זיכער כאפן די באקאנטע גמרא:
והלא דברים קל וחומר ומה לעתיד לבא שעוסקין בהספד ואין יצר הרע שולט בהם אמרה תורה אנשים לבד ונשים לבד עכשיו שעסוקין בשמחה ויצר הרע שולט בהם על אחת כמה וכמה
פון די גמרא און טור קומט אויס פשוט, אז זיצן נאהנט צו א אשה, א גויטע, וואס רוב מאל שמעקט זי פון בשמים, איז דא מקומות מגולים, און מה דאך אחורי אשה און ווען זיי זענען עומדות על הכביסה איז אסור, זיצן נעבן איהר איז כמעט לא ימלט פאר א איד (וואס איז נישט רגיל בנשים ווי א גוי) ער זאל נישט נכשל ווערן בהרהור און נגיעה, כ'ווייס נישט אויב עס נישט א איסור מן התורה
וועגן נגיעה ביד האשה עיין שערי תשובה שער שלישי אות פ' (כידוע דארט איז דא הלכות):
איש איש אל כל שאר בשרו לא תקרבו (ויקרא יח, ו). כל קירוב בשר אסור, כגון הנגיעה בידי אשת איש, ופרוש "לגלות ערוה" - כי הקריבה מביאה לידי ערוה. וכי תאמר בלבבך: איפה נמצא בכתוב כי גדרה התורה גדר, כי תאמר אשר אסרו מגע יד ליד להיות גדר לעברה? נשיבך דבר: הנה במצות הנזיר, אשר עקר נזירותו פן ישתה וישכח מחוקק או יתעהו רוח זנונים, אוסרתו התורה (במדבר ו, ד):
מכל אשר יעשה מגפן היין, וכל זה לגדר הרחקה ממשתה היין.
סוף דבר: צריך אדם להתרחק מן הנשים מאד מאד
_______________
באראפארקער
~~~~~~~~~~~
ווי איז דער גמרא?
און וואס איז דיין ראי' פין טור?
_______________
אונגארישער
~~~~~~~~~~~
כ'קען נישט שרייבן דא,
בגמרא סוכה נ"ב חששו להרהור אפילו בשעת הספד עיי"ש
וז"ל רבינו הטור באבן העזר סימן כ"א:
צריך אדם להתרחק מן הנשים מאד מא ד ואסור לו לקרוץ בידיו וברגליו ולרמוז בעיניו לאחת מן העריות ואסור לשחוק עמה או להקל ראשו כנגדה או להביט ביופיה ואפילו להריח בבשמים שעליה אסור ואסור להסתכל בנשים שעומדות על הכביסה ואסור להסתגל אפילו בבגדי צבעונין של אשה שהוא מכירה אפילו אינן עליה שמא יבא להרהר בה פגע באשה בשוק אסור להלך אחריה אלא רץ ומסלקה לצדדין או לאחריו
אזוי פירט זיך אן ערליכער איד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2005 07:56 |
|
| |
לויט ווי עס זעהט אויס, איז נישט דא קיין איסור צו זיצען לעבען א פרוי. אבער, אויב א מענטש פילט אז עס שטערט אים, און ער פילט אן הרגשה צוליב דעם וואס א פרוי זיצט דארט, האט ער חיוב ממדת חסידות, אדער אפילו מצד הדין, זיך אויף צו הייבען און זיך אוועק ריקען.
אויב אבער ער איז גארנישט מרגיש, איז ממדת חסידות קען זיין אן ענין זיך נישט אוועק צו זעצען, אלץ דעם ענין פין מאוד מאוד צריך להתרחק, אבער, ווי מען פארשטייט, דער עיקר פין מאוד מאוד צריך להתרחק מיינט אין אפיסעס וכדומה, אויף די טרעין, געווענטליך רעדט מען פין מענטשען וואס בעוה"ר זענען גס מיט נשים צו א געוויסע בחינה, ווייל זיי דרייען זיך דאך יא אין מאנהעטען צו ווי אימער, ממילא איז דאס א דבר התלוי בלב.
למעשה האט מיך א צווייטע געשריבען אז ער האט שוין געזעהן גאר ערליכע אידען זיצען לעבען נשים מיט די אויגען פארמאכט, א גאנצע צייט אויף די טרעין, זיי מאכען נישט אויף די אויגען אפילו צו קוקען זעהן ווער עס זעצט זיך אוועק, אויף דעם אופן איז זיכער רייטזאם, אבער מי יעמוד, עס איז דאך שווער צו זיצען מיט עינים עצומות, אשרי מי שקיים זה.
|
|
|
|
|