| נשלח ב-24/5/2005 19:30 |
|
| |
מעג מען פארן ל"ג בעומר אויף מירון?
די לעצטע יארן איז געווארן א גרויסע געפארעכטס אויף מירון ביים היימישן עולם, אויף א מאסשטאב וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר.
צווישן זיי זענן דא טויזענטער סאטמארע חסידים וואס זענין נתחנך געווארן ע"פ שיטתו של רבינו הק' זי"ע, אויך גדולי הרבנים וואס אגאנץ יאר זענין זיי מדריך אנ"ש מ' זאל זיך נישט אוועקרירן פינעם דרך האמת אשר הנחיל לנו רביה"ק זי"ע, אבער ל"ג בעומר פארן זיי אויף מירון.
דעריבער ווענד איך מיך צו "אלע" סאטמארע חסידים דא זאלן מיר ענטפערן די פאלגענדע קשיות.
איז דאס אויסגעהאלטן ע"פ שיטת רבחה"ק צו פארן אויף אר"י, ספעציעל אזא צייט ווען די ציונים טראפייטערן מיט די גרויסע עלי' (דער רשע הממשלה קימט אויך אהין)?
וואס וואלט דער רבי זי"ע, וואס האט זייער שווער געגעבן א הסכמה אהין צו פארן,ווען געזאגט דערצו?
אני הקטן האלט אז רביה"ק בגנזי מרומים האט גרויס צער דערפון, ווען ער זעט ווי זיינע תלמידים וחסידים פארן אזוי אויף אר"י, וואס אוטאמאטיש ברענגט עס אריין א קרירות צו די שנאה קעגן די ציונים, און מ' געט זיי אזא חיזוק, ודבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו?.
מצד השני אז מ' זעט אזעלעכע אויסגעריפענע חשובע תלמידים (הגר"י ראטה, הגרז"ל פילאפף, הגרח"ק גוטמאן, ועוד) פארן, ווער בין איך צו זאגן אנדערש, ובטלה דעתי מפני דעתם.
אויך איז א גרויסע עוולה פון די היימישע צייטונגען (ביידע) וואס געבן אזא גרויסע דעקונג דערפאר, פאר ל"ג בעומר און דערנאך, וואס דאס רייצט אן די געפילן פון מענטשן צו פארן.
אשר ע"כ בעט איך פון ענק זאגטס אייער מיינונג דערוועגן.
הכ"ד המצטער על שעושין תורת רביה"ק פלסתר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 20:51 |
|
| |
נארישקייטן
וואס האט פארען קיין מירון אויף מקומות הקדושים מיט עליה?
סאטמארער רבי זי"ע איז ווייניג געפארען קיין ארץ ישראל?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 22:02 |
|
| |
איך האב מיך געוואנדען צו די סאטמארע דא, זיי זאלן מיר ענטפערן, דערווייל הער איך נאר פון אלע פרעמדע אבער נישט פון קיין סאטמערע חסעדים.
איך ווענד מיך נאכאמאל צו אנ"ש, ביטע זאגט אייער מיינונג.
יישר כח
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 24/05/2005 22:32:05
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 22:21 |
|
| |
מודה אני לפניך מלך חי וקים
שאם הייתי פעם דבוק בסאטמר זה היה פעם אבל כעת שרבינו הקדוש מסר את שרביטו לבנו הקטן
איני מאמין בהרבה דברים שמקודם הייתי מאמין בהם
ולכן המקום שאוכ לשפוך שיח לפני אדון כל הוא במקום הקדוש הלזה ובכל מקום שמקודם חשבנו שזה שייך רק ללא ההולכיפ בדרכנו ולכן אני וכדומה לי מאמינים ונוסעים לכל מקום שרק אפשר
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 03:39 |
|
| |
דער פאקט אז רב גדולי רבני סאטמאר פארען קיין ארץ ישראל,
דער פאקט אז דער היינטיגער סאטמארער רבי איז אפאר מאל געפארען קיין ארץ ישראל מיט גרויס פאמפע.
דער פאקט אז ר' אהרן און ר' זלמן לייב מאכען גרויסע נסיעות קיין ארץ ישראל.
די אלע פאקטן זאגען אז די קריכסט סתם אויף גראדע ווענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 04:17 |
|
| |
איינסאטמאר
אפשר קען מיר איינער אויפקלערן
פארוואס צום כותל וואס יצחק רבין האט איינגענומען טאהר מען נישט גיין.צוליב "מאשרים זדים"
אבער קיין מירון וואס בן גוריון האט איינגענומען
מעג מען יא גיין?
האט איינער א לאגישע תשובה?

|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 05:08 |
|
| |
Baachi
וואס ווילסטו, מ'זאל נישט מעגן גיין אין קיין שום מקומות הקדושים?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 05:17 |
|
| |
קוקענדיג אויף דעם קעפעל פינעם אשכול, "מעג מען פארען ל"ג בעומר קיין מירון", דערמאן איך מיך פין קארלסבורגער רב'ס ווערטער, אז היינט איז א זמן וואס די מהרסים האבען זיך פארשטעלט אין אן איצטלא דקנאות,
מרא דעלמא, וואס נאך וועט די חברה איינפאלען?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 05:27 |
|
| |
Baachi
.
עד כמה שידוע לי, מירון מעולם לא נכבשה ע"י הציונים, כי זה מעולם לא היתה כפר ערבי. יהודים תמיד נסעו למירון, אפילו בזמן שבכותל לא היו יכולים ללכת, בגלל הערבים או המנדט הבריטי.
נ.ב.
צבי.אני רואה שאתה לוקח חלק פעיל על השאלה ל"סאטמאר". אם מותר לי לשאול אותך, אנא תענה לי: למה רבך זצ"ל שכ"כ אהב את אר"י (השלימה) מעולם לא ביקר באר"י? (לא כותל, ולא מירון, ולא שאר מקומות הקדושים וכד'. מעולם לא נסע לארה"ק) למה?
מילא אנחנו הסאטמארים, שדורשינן "כיבוש" לא קושיא. אבל אתם דלא דרשינן "כיבוש", אלא להפך, מאי איכא למימר?
תוקן על ידי - SAMMY - 25/05/2005 5:32:55
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 05:59 |
|
| |
sammy
לדידי הציונים לא כבשו ולא כלום, הכל היה מעשי נסים בידי הקב"ה, ומי שיודע ההיסטוריה של הגליל העליון יודע כי היו נסים גלויים ממש.
אענה לך לשיטתך שאתה תולה את הכיבוש בכוחם ועוצם ידם של הציוים
1) מירון היתה כפר ערבי
2)כל השטח ההוא היה צריך לימסר לידי הערבים ע"י החלוקה של ה UN לולא הציונים
3) היתה תקופה קצרה שלא יכלו לנסוע למירון מפני הערביים, עד שנכבשה ע"י "משחררי הגליל"
מה נשתנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 10:07 |
|
| |
ווער רעדט נאך בכלל אין 2005 פון ציונים???????? עס איז דא אסאך בעסערע זאכען פון דעם....
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 19:25 |
|
| |
נאכאמאל
איך האב מיך געוואנדען צו די סאטמארע דא, זיי זאלן מיר ענטפערן, דערווייל הער איך נאר פון אלע פרעמדע אבער נישט פון קיין סאטמערע חסידים.
ווי זענט עטס, עקשטיין, געזעגענעו, זאליוועקי,פארוואס הער איך נישט ענקער מיינונג?
טבעין שרייבט
"דער פאקט אז רב גדולי רבני סאטמאר פארען קיין ארץ ישראל," דאס איז טאקע מיין קשיא, היתכן?
"דער פאקט אז דער היינטיגער סאטמארער רבי איז אפאר מאל געפארען קיין ארץ ישראל מיט גרויס פאמפע.דער פאקט אז ר' אהרן און ר' זלמן לייב מאכען גרויסע נסיעות קיין ארץ ישראל."
אמת אז זיי זענן געפארן, און אויך דער רבי ז"ל איז געפארן (מאיזה סיבה דערמאנסטו עס נישט), אבער זיי זענן געפארן מחזק זיין די ערליכע יודן דארט, זייער פארן איז געווען לצנינים בעיניהם פון די ציונים, זיי זענן נישט געפארן סתם באזוכן, וואס כידוע איז ער געווען שטארק דערקעגן.
באראפארקער, באטשי וכל שום וחניכא, זאג איך נאכאמאל, עטס באלאנגטס נישט אין דעם אשכול, דאס איז פאר סאטמארע חסידים וואס פארשטייען יא דעם רבינ'ס שיטה, אויב ווילט עטס זיך מתווכח זיין אויף די ענינים, דאן עפענטס א אשכול עקסטער פאר דעם.
צוריק צו מיין ארגיענעלע פראגע,איז אויסגעהאלטן דאס פארן אויף מירון?ץ
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 20:17 |
|
| |
איינסאטמאר
אויף דעם אשכול באלאנגט יעדער, אז עס שמעקט דיר צו פרעגען נאר פון סאטמארער חסידים פרעג אין מקוה אויף ראדני, דא איז א כללותדיגער פלאץ וואס יעדער מעג זאגען א דעה.
די נסיעות פון סאטמארער רבי זי"ע האט איך נישט דערמאנט ווייל ער איז געפארען לפעול ולהפעיל קעגען בחירות,
איך האב נישט געזען אז די נסיעות פון דעם סאטמארער רבי אין זיינע קינדער די היינטיגע רבנים, זאלען זיין געמאכט צו אויפרעגן די ציונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 22:08 |
|
| |
טובעין, איך פרעג מיין שאלה לשיטתו פון רביה"ק זי"ע, ווען די ענטפערס מיט ע"פ א אנדערע שיטה באלאנגט עס נישט אין דעם אשכול, און איך וועל דיר נישט ענטפערן מער אי"ה.
דרך אגב, ווען סאטמארער רבי שליט"א איז געפארן זענין אלע צייטונגען געווען פיל אז דער "מלך האנטי ציונים" איז געקומען, וואס ווייזט אז קיין גרויסע חיזוק פאר זיי איז עס נישט געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 23:56 |
|
| |
איינסאטמאר
1) איך בין א געוועזענער סאטמארער חסיד,
2) איך בין אוועק פון סאטמאר ווייל דארט איז פול מיט אנשים כמוך, וואס זוכן נישט קיין אמת, נאר להצדיק טעות השיטה.
3) די פרייע צייטונגען האבן געשריבן מיט גרויס פאמפע "מלך האנטי ציונים בא לארץ ומשתמש בשירותי המדינה, המשטרה, רשות רכבת ישראל, ומשרד התחבורה" נאר ווייל זיי האבן געוואלט פלאצען פון קנאה, און זיי זענען געווארען צו בראכן עד היום הזה ביז צו דער אדמה.
4) דער פארום איז איין אפענער פארום לכל דכפין, שאלות וועגן די שיטה קענסטו פרעגען די רבנים פיליפ דזשוניאר, וויינבערגער,זילבער ט., לייטנער, און בעק. דא איז אפענע דיסקוסיעס פאר מענטשן וואס ווילען זיך אויסלופטערן זייערע רעיונות. אין הערען קעגען געזעצטע מיינונגען.
5) טאמער ווילסטו א פארום עקסקלוזיוו פאר סאטמערער חסידים. קוק אין שכנות דיגען אשכול פון וועד משמרת הצניעות, וויפיל אזייגער ביינאכט דיינע חברה'לייט קומען זיך צוזאמען אין ראדני (דורכן פארשלאסענעם טויער). גיי דארט אהין, סאיז מסתבר אז דארט זענען אלע על טהרת השיטה.
|
|
|
|
|