בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

גרשון יעקבזאהן איז געשטארבן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2005 02:41 לינק ישיר 
גרשון יעקבזאהן איז געשטארבן!

מיט געציילטע שעה צוריק איז געשטארבן אין ניו יארק גרשון דזשעקאבסאן, דער רעדאקטער פון "אלגעמיינער זשורנאל", אין עלטער פון 72 יאר.

ווער עס האט געליינט אמאל זיין צייטונג, וועט זיך צו אים בענקען (איך רעד נישט יעצט פון די שיטה).



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 02:41 לינק ישיר 

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1399437



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 02:42 לינק ישיר 

מען קען זאגן "ברוך דיין האמת" אויפ'ן אלגעמיינער.

איך מיין אז דער צייטונג איז היסטאריע!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 02:43 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 03:06 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת,
ער פלעגט אייביג זייער גוט שרייבען,
זאיס א גרויסע פארלוסט,
האפנטליך וועט זיין צייטונג נישט אינדערגיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2005 03:08 לינק ישיר 

איך ווייס פין גאר גרויסע צדיקים וואס פלעגען זיך באלעקען די פינגער מיט אן אלגעמיינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2005 23:10 לינק ישיר 

ביי די וועי ער איז "נפטר געווארען" נישט געשטארבען. הגם ער האט נישט געשטימט מיט ענקערע אינטערעסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2005 23:55 לינק ישיר 

ביי זיינע ליינערס איז ער נפטר געווארן, און סאטמאר איז ער געשטארבן (אדער געפיי..), אין ליבאוויטש לעבט ער נאך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 00:11 לינק ישיר 


גרשון דשיעקאבסאן איז געווען א איד פול מיט אמונה בה' ובתורתו ובמצותיו, ער האב געברענט מיט אהבת ישראל, יא ער האט געווארט אז דער אייבישטער זאל אונז אויסלייזען פון גלות, און ער האט נישט געגלייבט אין כחו ועוצם ידי.
גרשון האט מיט געמאכט אסאך און די אינגע יארן, און אלעמאל געווען אן ערליכער איך, אין אזא צייט וואס אין די היימישע קרייזען איז דא אזוי פיל מיט וואס זיך צו שעמען ליידער, אבער די גאוה אוועקצומאכען איז נאך אין גרויסען.

תוקן על ידי - זאב58 - 31/05/2005 0:28:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 00:17 לינק ישיר 

זאב

מאכסט א בארג פון גארנישט.

האט איינער געזאגט אויף א איד געשטארבען, BIG DEAL מעשים שבכל יום ויום.

האסט עפעס א ספעציעלער שייכות מיט ר' גרשון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 00:21 לינק ישיר 

its the attitude, try it on a satmarer watch them fume.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 04:18 לינק ישיר 

ר' גרשון יעקאבסאן דער גרינדער און לאנג יעריגער ראדאקטער פונעם צייטונג "אלגעמיינער זשורנאל"

זיין לעבן איז געווען מוקדש צו פארדייטיגן און דאקעמענטורן מיט זיין זשורנאליסטישען קראפט די חסידישע אידישע השקפות און אידיאלען סזאל לעבן אין א מאדערנער אמעריקאנער עפאכע, ווערענדיג פאריתומט אלס אינג בחורל האט ער זיך ארויסגעראטעוועט פון סטאלין'ס רוסלאנד נאך די מלחמה צוזאמן מיט אלע שארית הפליטה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין די וועלט באקאנטע ישיבת נאווארדאקע אין פראנקרייך פון דעם בעל מוסר און בעל מסירת נפש צוריק צושטעלן אידישקייט ר' גרשון ליבמאן זצ"ל דארטן האבן זיך אויך אויפגעהאלטן אזאלכע גרויסע אידן ווי להבדיל בין חיים לחיים צוזאמן מיט ר' נתן יוסף מייזעלס שליט"א און נאך חסידישע בחורים וואס זענען אויסגעוואקסן אלס שפעטערע מנהיגי הדור.

ער האט אנגעהויבן זיין לאנגער רייכער קאריערע דעמאלטס זייענדיג א אינגער בחור'ל דורך דעקן די דעמאלטיגע שטורעמישע "ווישי רעגירונג פראצעסן" פאר די ברייטע גארער וועלט אויפדעקענדיג דאס אנטיסעמיטוזם וואס האט דארט געהערשט פאר עטליכע וועלטס צייטונגען אויפאיינמאל, און פאר די לאקאלע פרענטש פרעסע, דערנאך האט ער גארבייט פארן "ניו יארק העראלד טרינביון" ווי ער האט געדעקט טעגליך די שווערע דראמאטישע סצענעס פון יענע יארן וואס איז אדורך אויף די אידישע ניו יארק, (איין היסטארישע מעשה וואס ר' גרשון האט געהאט צו זיין רעזומעי איז געווען א פראנט פעיזש סטארי פונעם נ.י. פאויסט פון א שרייענדער רויטער קעפל "די בלאדי לעטטער" העכער א בילד וויאזוי א איד ליגט מאכטלאז אין קאלאזש בלוט, עס איז געווען א באליבטער אידישער קענדי סוחר פון די איסטסייד וואס האט זיך געשטאכן ל"ע ווען ער האט געכאפט זיין טאכטער זיך האלזן מיט א פאטריקאנער שגץ, און ער האט נישט געקענט איבערטראגן די צער, די פאליציי איז אנגעקומען אויפן פלאץ נישט וויסענדיג וואס גייט פאר, ווען בלוט האט זיך געגאסן פון זיין האלדז אבער רעדן האט ער שוין נישט געקענט האבן זיי גערופן ר' גרשון וויסענדיג אז דער ראפורטער מיטן חסידישען בארד קען אידיש, אינמיטען דער נאכט האט ער פאר זיי פארגעליינט וואס דער איד האט נאך עספייעט צו שרייבן אין אידיש: "פאר דעם האב איך איבערגעלעבט דער מלחמה צו דערלעבען מיין קינד זאל חתונה האבן מיט א גוי?? מיין גאנצער לעבן איז גארנישט ווערט!!" דער נעקסטער אינדערפרי איז דער דראמאטישע צעטעלע ערשינען אויף די שער בלעטער פון אלע פאוסט'ס און ר' גרשון'ס פעדער האט אנגעמאכט א מוראדיגער קידוש שם שמים וויזענדיג ווי דער פונקעלע איד פלאטערט נאך גאר שטארק אין אידישע הערצער נישט קיין חילוק ווי ווייט זיי האלטן, ישראל קדושים)

דערנאך אלס נייעס-רעדאקטאר פונעם טאג מארגן זשורנאל, און פארן איזראעלי טאבלויד ידיעות אחרנות איז ער געווען די שטימע און אויער פאר אלע עסקנים רבנים און אידישע פירער, זיינעדיג א פארברענטער חסידישער תמימות'דיגער איד וואס פרעגט נישט קיין קשיות פון זיין רבין האט ער געטריי אויסגעפירט די שליחות וואס גדולי ישאל האבן אויף אים ארויפגעלייגט, ווי דער סאטמערער רבי אין די ערשטע יארן פון "דער איד" אלס סאטמאר צייטונג האט זיך באנוצט מיט זיינע כשרונות, (דער רבי האט אים געזאגט דעמאלט אז זיין צייטונג מוז האבן דער "העד-ליין" וויפל בלעטער די בחורים האבן זיך פארהערט, און נישט וויפל נצחונות די ציונים האבן אפגעהאלטן קעגן די אראבער, האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז ער גייט נישט שרייבן קיין ליגענט, און דער רבי האט פון אים שטארק הנאה געהאט פון זין מדת האמת.) און דערנאך שפעטער איז ער געשטאנען בראש המחנה פונעם ליובאוויטשען עדה הקדושה צו פארדייטיקען די חיצים ובלסטראות וואס די אינשי בלי יעל האבן אנגעפירט קעגן דעם לויבאוויטשען רבי'ן מיט נאכאנאנדיג לייט ארטיקלען און זיין אייגענער צייטונג "אלגעמיינער זשורנאל" ווי ער האט אויך אפגעדרוקט וועכענטליך דעם דעת תורה פון ליובאוויטשער רבין לעיני כל העולם

ר' גרשון איז געווען גאר א געשמאקער זיסער אבער זייער שארפער אריינזאגער מיט א שניידעדיגען וויץ שטענדיג פאר יעדן אויפצולעבן און אויסגראדען, זיין קורצער רעטארישען שפראך האט נישט קיינאמל געהאט א פארגלייך צווישען זיינע קאלעגן פון "דער איד", ווי ר' חיים משה שטויבער הי"ו וואס שרייבט ווי א באבע, און ר' סענדער דייטש ע"ה זענען געווען זיינע בעסטע פריינט זענען זיי הפנים אויף די בלעטער געוועזן געמאכטע שונאים זיי האבן עדות געזאגט אז ער האט פארמאגט א זעלטען שפיזיגען פאלעמישער כוח מיט פשוטע שניידעדיגע פאנטש-ליין'ס אן קיין לאנגע דרשות און מאמרי חז"ל (ער איז נישט געווען קיין יודע ספר) האט ער אומשעדליך געמאכט די גרעסטע ארגומענטן, זייענדיג אן איש פשוט מאוד וואס האט נישט געהאט קיין צייט צו לערנען, פון אינגווייז אן האט ער זיך אפגעגעבן מיטן שרייבן, האט אים דער לויבאוויטשער רבי אנגעווינטשען אז אין זכות פון זיין מסירת נפש פאר אידישקייט וועט ער זוכה זיין צו בנים תלמידי חכמים גדולים בתורה, און אזוי איז טאקע געשען ווען ער האט איבערגעלאזט נאך זיך דריי גאר חשובע זינען, פון די גרעסטע חב"ד משפיעים וואס פארען כסדר ארום איבער די וועלט אופצוהייטערן נשמות אבודות לאבינו שבשמים, הרב ר' סיימאן בעל מחבר ספר "טואערדס עי מיניגפול לייף" על פי שיחות הרבי מליובאוויטש, ר' ברוך שליט"א (מגדולי המשיחסטים), וואס איז א חסידישער דיימאנד סוחר און האט געגרינדעט, שרייבט און רעדאגירט דער ענגלישער אפטיילונג פונעם "אלגעמיינער" און זיין בן זקונים הרב ר' יוסף יצחק שליט"א וואס איז באקאנט אומעטים מיט זיינע טיפע תניא שיעורים, (אסאך סאטמערע אידן האלטן דאס מיט אין בארא פארק אין היכל מנחם און אין מאנסי) וואס ר' יוסף יצחק וועט מסתם איבער נעמען די לייצעס פון דעם "אלגעמיינער זשורנאל" און דאס באנייען און פארשטערקערן פילפאכיג מער לויטן נייעם דור, אויך האט ער צוויי גאר פראמיניטע חשובע איידימער, איינע הרב העכט זון פון אגודת הרבנים שליח אין קאנטיקעט, און דער צווייטער קאנינסקי וואס דינט ברבנות אלס שליח און דאון-טאון מאנהעטען און פין דער איסט-סייד

עס וועט נאך אסאך טינט פארגאסן ווערן איבער דעם גרויסן אבידה וואס האט געקעמפט בראש המחנה פונעם אידישען חורבן און אויפשטייג פאר א תקופה פון איבער זעכציג רייכע יארן אידישע היסטאריע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 05:06 לינק ישיר 

איך קען שוין קוים ווארטן אז זאב מיט נייטראל זאלן האבן נאך אזעלכע געלעגנהייטן צו באשרייבן די אלע מענטשן פון דעם סוג...

אינאיינוועג'ס וועט שוין זאב כאטש זען די סאטמארער FUME'ן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 06:54 לינק ישיר 

אין סאטמאר האט מען אים געריפן דער (א---ל)געמיינער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 07:44 לינק ישיר 

נישט אים! נאר זיין צייטונג..

פון אים האט מען ניטאמאל גערעדט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 07:45 לינק ישיר 

זאלי

איך קען שוין אויך קוים ווארטן...
אשאד אז די שרייבערס פון בלאט זענען נאך יונג...
תוקן על ידי - geferlich - 31/05/2005 7:47:55

תוקן על ידי - geferlich - 31/05/2005 7:50:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > גרשון יעקבזאהן איז געשטארבן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext