|
|
| נשלח ב-9/6/2005 22:37 |
|
| |
שבועות - מילעכיגע סעודה
מיין ווייב קלינגט מיך יעצט אין אפיס מיט א שאלה.
יעדעס יאר מאכט מען א מילכיגע סעודה כיד המלך, און שפעטער א פליישיגע סעודה, ווען עס קומט צו די פליישיגע סעודה איז שוין קיינער נישט הונגעריג, אין עס איז אבי צו יוצא זיין.
די שאלה איז צו מען קען מאכען א פולער סעודה מיט מילכיג'ס אין יוצא זיין סעודת יום טוב אן קיין בשר, זי זאגט אז עס איז דא חברטעס וואס טוען אזוי.
זי האט צוויי התרים, איינס ווייל מען האט שמחת יום טוב אויך פון געשמאקע מילכיגע מאכלים, און די צווייטע ווייל אין די אנדערע דריי סעודות עסט מען יא פלייש.
איז דאס אויסגעהאלטען?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 22:51 |
|
| |
איז נישט דאס מנהג אשכנז?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 23:45 |
|
| |
ניין, איך מיין זייער מנהג איז צו עסען ביינאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 00:47 |
|
| |
רמב"ם פ"ו מהל' יו"ט הי"ח והאנשים אוכלין בשר ושותין יין שאין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא ביין.
עיין ביאור הלכה סי' תקכ"ט ד"ה כיצד משמחן כיצד משמחן הקטנים וכו' והנשים וכו'. והאנשים בזמן שבהמ"ק היה קיים היו אוכלין בשר השלמים לשמחה וכדכתיב וזבחת שלמים ואכלת שם ושמחת וגו' ועכשיו שאין בהמ"ק קיים אין יוצאין ידי חובת שמחה אלא ביין שנאמר ויין ישמח לבב אנושאבל בשר אין חובה לאכול עכשיו כיון שאין לנו בשר שלמים ומ"מ מצוה יש גם באכילת בשר כיון שנאמר בו שמחה[כן מתבאר מדברי הב"ח וש"א] והמחבר שלא הזכיר בשר אזיל לשיטתיה בב"י ע"ש ולענין יין סמך על מה שהזכיר בס"א שצריך לקבוע סעודה על היין:
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 02:18 |
|
| |
א"כ האב איך א געוואלדיגע פשרה -- אויסגעהאלטען סיי לויט הלכה און סיי לויט די אור אלטע מנהג אשכנז,
די סעודה ביינאכט א מילכיגע און באטאג א פליישיגע.
(אנטשולדיקט פאר אויסטרעפען אמעריקא..)
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 02:19 |
|
| |
ר' מאירל פרימשלאנער האט געגעסען נאר א מילכיגע סעודה דער ערשטער טאג יום טוב.
און אזוי פירען זיך רבי'ס פון זיינע אייניקלעך.
באמת שטייט שוין אין "סדר היום" אז מען קען עסען נאר מילכיג, אויב דאס איז ביי איהם עונג יום טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 03:29 |
|
| |
ישכ כח.
יוסי
מרן בעל ויואל משה זי"ע האט זיך באמת אזוי געפירט, בדרך פון זיין הייליגער טאטע דער קדושת יום טוב, וואס פלעגט ווארטען זעקס שעה אפילו נאך פשוטע קעז.
הגם איך האב אמאל געליינט אז דער ייטב לב האט נישט געווארט 6 שעה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 04:36 |
|
| |
איינער ווייסט א מקור צו ווארטען נאר א האלבע שעה צווישען מילכיג און פליישיג?
אין שולחן ערוך שטייט אז מען קען גלייך עסען פלייש נאך מילעך, ע"פ קבלה ווארט מען א שעה, למעשה ווארט רוב וועלט א האלבע שעה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 04:50 |
|
| |
איך האב אמאל געזען איך מיין אין ד"ח אז לענין זה הייסט שוין רוב אזויווי א שעה, דערפאר ווארט מען לפחות איין און דרייסיג מינוט, וואס דאס איז רוב פון זעכציג מינוט.
איראניש, ווי דע היינטיגע עולם איז מקיל נאך ווייניגער ווי א האלבע שעה,,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 05:13 |
|
| |
וואס איז "איראניש" פון דעם וואס אידען פירען זיך ווי ס'שטייט אין שו"ע?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 06:17 |
|
| |
אין צאנז (איך ווייס נישט אויב די באבובע אדער קלויזנבורגע האבן דאס אויך מקבל געווען) פלעגט מען נישט מקפיד זיין אויף גאנצע זעקס שעה צווישן פלייש און מילך.
בפרט אויב מען איז געשלאפן עטוואס אינדערצווישן.
אדער עס האט זיך געטוישט פון טאג צו נאכט אדער פארקערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 08:06 |
|
| |
בענעדיקט
מווייסט דאס גוט אין די קל"ב'ס און אין די באבוב'ס, ס'דאך א קולא...
דאס ווארט איז. אז נאך פינף שעה האט מען שוין נישט געקוקט אויף דעם זייגער
וועגן אריין רוקן צוויי סעודות אין די זעלבע איצטומכא אין איין נישט אויסגעשלאפענעם נאכמיטאג.
שו"ע אורח חיים סימן רפח
(ב) י"א שאדם שמזיק לו האכילה דאז עונג הוא לו שלא לאכול לא יאכל: (אגור בשם שבולי לקט):
משנה ברורה סימן רפח
וכמעט קרוב לאיסור האכילה כיון שמשער שיזיק לו [פמ"ג ותו"ש]
אזוי אויך אין רפ"ח מזאל נישט עסען שלש סעודות אויב מקען נישט.
אפשר געדענקסטו ווי דער מג"א איז אז בשר ודגים איז נאר ווען מהאט דערפון איין עונג.
איך ווייס נישט אויב סאיז א מצווה סתם אריין שטאפן ווי אין א זאק, און נאכהער פיהלען ווי נאך די סעודה המפסקת...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 21:21 |
|
| |
bacci
אגב דער דרכי תשובה שרייבט קעגען די וואס עסען נאר מילכיג'ס, אפילו נאר ביינאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2005 22:08 |
|
| |
מנהג ישראל תורה, אז קודם עסט מען מילעכיג'ס און נאכדעם עסט מען פליישיג'ס, יום טוב מיז מען דאך מען דאך עסן בשר, אין שמחה אלא בבשר
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|