נשלח ב-17/6/2005 09:26
פאפא מאכט נייעם בית הוראה
איך האב נאכנישט אויספיעט צו הערן דעטאלן
וואס זענען די מאטיוון?
מיט וועמען שלאגט מען זיך דא?
וואס איז דע ציהל?
צי פעהלט זיך דאס אויס?
נשלח ב-17/6/2005 18:29
כ'האב געהערט אז עס האט שייכות מיטן עירוב.
כ'פארשטיי אבער נישט פונקטליך וויאזוי.
ווי אויך פארשטיי איך נישט א צווייטע זאך.
דער פאפא'ער רבי האט אין בארא פארק פארלאנגט אז מ'זאל נישט טראגן.
אין וומ"ס האט ער גארנישט געזאגט, לויט זייערע ווערטער איז די סיבה געווען וויבאלד מ'האט אים נישט געפאלגט אין ב"פ, און ער האט נישט געוואלט פארלירן די שליטה אין די קהלה.
פיין, מסכים.
אבער וויאזוי קען זיין אייגענע קהלה טון בפומבי א זאך וואס איז עמטליך אקעגן זיין פסק ???
נשלח ב-17/6/2005 20:16
זייט ווען האט "אלעס" א שייכות מיטן עירוב? סאיז א סארט היידפארק שגעון אז וואס סקומט פאר ערגעץ וואו אויפן כדור העולם "מיז" זיין געקניפט און געבינדען מיט אהרן און ז"ל אדער די עירוב.
ומדי דברו בו איז אין פלאץ צו באטאנען אז מערערע גדולים בימינו האבן אנגענומען אזא סארט שטעלונג בנוגע העירוב, לדוגמא
וויזניץ: מאנסי (טראץ שארפע קעגנערשאפט בשעתן גרינדן) מותר - ווילי אסור.
סקווירא: ב"פ האט מען מכריז געווען בשם דעם רבין אז מזאל נישט טראגן - ווילי טראגט מען אין גרויסן, טראץ מערערע הפצרות מצד האוסרים כידוע.
פאפא: ב"פ נישט - ווילי יא.
סאטמאר (ראדני): ביז תשס"ג יא - נאכדעם נישט. (כמובן רעדט מען אצינדער פון גוים)
ועוד ועוד...
אבער דאס באלאנגט לכאורה אין עירוב אשכול.
לאמיר נישט פארקריכן פונעם בית הוראה, וואס לויט דעם "גיפערליכער" האט מען עס מייסד געווען בכוונה תחלה לשם מחלוקת
נשלח ב-17/6/2005 20:32
פארוואס מיז דא אלעס אויסגעטייטש ווערען אלץ מחלוקת? פאפא איז א גרויסע קהלה - אין עס איז סך הכל א סערוויס וואס זיי שטעלען צי פאר די אינגעלייט. וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין??
נשלח ב-17/6/2005 20:34
אפשר שפירט די סכדעס אז עס איז צרות.
סאטמאר האט שוין גענוג אייגענע דיינים, ויזניץ סקווער בעלז ווין האבען אייגענע רבנים, די איינציגער צוויי קהילות וואס גייען נאך פרעגן און לשכה איז זאלונים אין פאפא.
יעצט אז פאפא מאכט אליין איז געבליבען נאר די פאר אידן וואס זענען געווען שבועות אין ראדני.
נו גיי האלט פאר זיי א שטיבל.
נשלח ב-17/6/2005 21:03
און נאך א קשיא האב איך פארגעסן
ווער זענען די מוצי"ם?
נשלח ב-17/6/2005 21:28
איך ווייס נישט קיין נעמען. אבער לפי ידיעתי - מפי השמועה ממקור מוסמך - זענען זיי איינס ביי איינס געלונגענע חברה, מיט לאנגיעריגע רעפוטאציע אלס אויסגערופענע מורים מובהקים.
אלע, צו בלויז א טייל, זענען מורי צדק אין התאחדות, נאך פין די גוטע צייטן ווען התאחדות איז געווען "עפעס"
כהאב א קידוש שבת אין פאפא וועל איך פרובירן צו ברענגן מער פרטים
נשלח ב-17/6/2005 23:13
718.522.1166
נשלח ב-19/6/2005 07:35
געזען שבת אין פאפא א צעטל - די דיינים און זייערע שעות
הרה"ג ר' אהרן גרינוואלד דומ"ץ פאפא
הרה"ג ר' משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא ב"פ
הרה"ג ר' יצחק אהרן גאלדבערגער
הרה"ג ר' שמואל שמעלקא פרידמאן
הרה"ג ר' מאיר גרינוואלד
הרה"ג ר' מיכל דייטש
הרה"ג ר' פנחס חיים גרינוואלד
הרה"ג ר' יודא צבי פרידמאן
הרה"ג ר' דוד יודא פישער
תוקן על ידי - Shabbos_23 - 19/06/2005 7:36:38
נשלח ב-19/6/2005 07:55
דאס האב איך געזען אין היימישע נייעס אין א אשכול
איז דאס אמת?
האט דאס ממשות??
aaatzzz
פאפא אין ווילי האט געעפענט א נייעם ב"ד און זייער ב"ד פסק'נט אז מען מעג טראגען מיטן עירוב, והא ראיה די ב"ד שטיבל וועט אפען זיין פרייטאג צונאכטס.
ווען סאטמאר איז איינץ וואלט דאס קיינמאל נישט געקענט געשעהן.
ממש א מחי'!
פאר צוויי וואכן האב איך געהאט א שאלה שבת און געמוזט אפשטופן מיט א טאג.
די יסורי הנפש זענען מיר געווען שרעקליך...!ביז גאר!!
היינט און ווייטער בין איך ממש א געהאלפענער
אלעס מיינט היינט אידישקייט
נשלח ב-19/6/2005 08:15
ווי איז דאס געשטאנען? אפשר ברענגסטו א לינק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.