בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מיין רבי : סיני מאלאביצקי....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2005 18:16 לינק ישיר 
מיין רבי : סיני מאלאביצקי....

איך האב שוין אמאל געשריבען וועגען עם
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1383294
אבער יעצט האב איך געהערט א טעיפ וואס ער דערציילט די היסטארי פון דפוס וויאזוי מהאט אמאל געפרינט וויאזוי סהאט זיך אנגעהויבען און ווי סהאלט היינט. אינמיטען האט ער אנגעהויבען צו רעדען פון קאמפיוטערס ווי מטאר זיך נישט נארען אז נאך א פאר יאר וועט יעדער האבען קאמפיוטער און א פאר געציילטע פאנאטישע פרומאקעס וועלען זיך עקשנען אז מטאר נישט רירען צו דעם און אין חדש תחת השמש און און (מהערט עס כסדר......) איך האב מיך אראפגעשריבען דעם שטיקעל אבער איך האב עס פארלוירען. איך וועל מיזען איבערהערען דעם שטיקעל און עס לייגען דא, סאיז זייער אינטערעסאנט.
און יעצט פרעג מיך פארוואס איך ריף עם אן מיין רבי. א מענטש וואס האט אזא קלארע שכל און דרייט נישט דעם קאפ מיט פשעטלעך פון צוריקגעבליבענקייט איז מיין רבי !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2005 19:09 לינק ישיר 

וואס איז זיין עצה צו פייטען מיט די צרות וואס קומען ארויס פון א קאמפיוטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2005 22:40 לינק ישיר 

מעגסט זיך שעמען יאמאמיי.

אויב איז ר' סיני מאלצוויצי דיין רבי
פארוואס שרייבסטו אויף אים מיט זלזול. (אן ר')

ר' סיני מלצוויצי איז אמתער גאון
א חשוב'ער תלמיד חכם
א למדן מופלג
א בקי עצום
און א בעל מדות מוזהבות וואס שמ'ט אין די גאנצע וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2005 23:16 לינק ישיר 

אויסשווארץ גערעכט
איך בעט אים טאקע דא איבער (ער איז זעכער דא...)
הרהגהצה"ק ר' סיני מאלאביצקי שליט"א

וועגען צרות וועל איך א אנדערע מאל שרייבען (למשל דעם גאלאנטערס 85 פראצנט גרושים וואס זענען דא... פון שרייבען אויף חדשות אנש..)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2005 23:18 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די האסט קעגן ר' סיני מלוויצקי.
וואס האט ער דיר שלעכטס געטאן אז די האסט זיך אנגעטשעפט אין אים.

איך בין זיכער אז עס איז נישט לרוחו אז זאלסט אים אנשמירן דא אויף היידפארק. (על לא עון בכפו)

איך מיין עס זייער אמת'דיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2005 02:18 לינק ישיר 

מיט וואס האט ער איהם פאשעמט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2005 21:58 לינק ישיר 

ענדלעך האב איך געהאט צייט אביסעל סאיז זינטיג אביסעל רואיג.. וועל איך אריינשרייבען וואס ער האט געזאגט און נאכדעם מאכטס אפ וואס ער האלט באמת און ווי ווייט איך קען עם זאגט ער אפען זיין מיינונג און דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם און זיין שכל איז עם נאכנישט פארקרימט...
דא האט עטס זיינע פינקלעכע ווערטער, ווי משרייבט "בזה הלשון".... איך לייג גארנישט צו און איך נעם גארנישט אראפ :
איך וויל מקדים זיין, איך ווייס פאראויס אז אלעס וואס מגייט דא רעדן במשך די נעקסטע שטיקעל צייט וואס איר וועט האבען געדילד מיך אויסצוהערען , דאס איז א זאך וואס וועט נישט לעסטען לאנג נאך 20 יאר נאך 40 יאר איר אלע אויף דער עלטער און על אחת כמה וכמה אייערע קינדער וועלען שוין כמעט נישט האבען קיינע תועלת דערפון לויט ווי די טעכניק גייט ווי די קאמפיוטערס נעמען איבער די געדריקטע אויף פאפיר איז לא ימלט אז עווענטועל וועט זיך דאס טשענזשען ממילא די אלע זאכען וואס איך זאג דא אייך איז גיט פאר מאקסימום נאך 30 40 יאר, און טאמער עמעצער וויל גיין ווייטער, איז דא נישט דער מקום דערפאר דא רעט מען נאר די שארט טערם אויף ווי אזוי אונז האמיר דאס וואס אונז האמיר היינט, מדארף דאס וויסען עס איז א דבר ברור עס וועט זיין פרימע וואס וועלען זיך קגעגען שטעלען : חדש אסור מן התורה, און ממאכט שינוים, און מדארף לערנען פון געשריבענע געדרוקטע גמרות , און וואס וועט מען טון שבת ווען מקען נישט עפענען קיין קאמפיוטער און וואס טוט א מענטש וואס קען נישט ארימטראגען ביי זיך א קאמפיוטער ? סוועט זיין אביסעל התנגדות אין אנהייב און אלעס אבער לויט ווי מזעט ווי די טעכניק מאכט פארשריט וועט מען דאס נישט קענען אפהאלטען אונז אליין ניץ מיר שוין היינט זייער א סאך זאכען עלעקטראניקלי. תשובות מפרשי הש"ס . איך האב די וואך געקויפט פאר 36 דאלער א דיסק וואס האט איבער 18 הינדערט ספרי שו"ת . דער עולם קען זיך דאס פאקרשטעלען ? איבער 1800 פאר 36$ ? תשובות חתם סופר פאר 20 סענט א תשובות נודע ביהודא קאסט 20 סענט. איך קען אויפמישען אריינקיקען און אפלערנען היינט דארף מען נישט קיין קאמפיוטער שוין דא קליינע כלים וואס מטראגט אין די קעשענע טעלעפאנען סעלס מיט אלעם. איך זאג נישט א בני ישיבה דארף דאס נישט צו האבען אבער דאס איז שוין נישט מיין דעפארטמענט דאס באלאנגט שוין צום ראש ישיבה איך זאג נאר ווי דער סדר העולם גייט און מען וועט דאס נישט קענען אפהאלטען עווענטשעלי..... פונדעסטוועגען דערווייל לערען מיר נאך אין די ישיבות און סוועט נאך געדויערען אביסעל.....

סהאט מיך געדויערט אביסעל עס צו אפטייפען איך האף אז מוועט מיך עפרישיעטען מיין טייערע צייט איך האב עס געטין ווייל אפאר מענטשען זענען געווען זייער נייגעריג ממיז מיך נישט גלייבען עטץ קענטס קויפען די טעיפ סהייסט " השתלשלות הכתב והדפוס במשך הדורות" אדרבה אויב איינער האט עס געהערט זאל דא קאנפערמען אז ער האט עס טאקע געזאגט
און עפשטיין צרות קומען נישט פון קאמפיוטערס צרות קומט אויב מניצט "שלעכט" די קאמפיוטער....
און אויסשווארץ זאג מיר ווי איך האב עם פארשעמט ! ער וואלט זיך זיכער געפרייט אז מזאגט נאך זיינע אמתע דיבורים.... אויב איינער קען עם זאל ער עם פרעגען וואס ער זאגט צו דעם אז מהאט ארויפגעלייגט זיין דרשה אויף היידפארק....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2005 21:27 לינק ישיר 


יאמאמיי

תנא דמסייע לי', צו דיין רבי ר' סיני מאלוביצקי ה' ירום הודו..

http://apnews.myway.com/article/20050711/D8B95EJG3.html

TUCSON, Ariz. (AP) - A high school in Vail will become the state's first all-wireless, all-laptop public school this fall. The 350 students at the school will not have traditional textbooks. Instead, they will use electronic and online articles as part of more traditional teacher lesson plans.

Vail Unified School District's decision to go with an all-electronic school is rare, experts say. Often, cost, insecurity, ignorance and institutional constraints prevent schools from making the leap away from paper.

"The efforts are very sporadic," said Mark Schneiderman, director of education policy for the Software and Information Industry Association. "A minority of communities are doing a good or very good job, but a large number are just not there on a number of levels."

Calvin Baker, superintendent of Vail Unified School District, said the move to electronic materials gets teachers away from the habit of simply marching through a textbook each year.

He noted that the AIMS test now makes the state standards the curriculum, not textbooks. Arizona students will soon need to pass Arizona's Instrument to Measure Standards to graduate from high school.

But the move to laptops is not cheap. The laptops cost $850 each, and the district will hand them to 350 students for the entire year. The fast-growing district hopes to have 750 students at the high school eventually.

A set of textbooks runs about $500 to $600, Baker said.

It's not clear how the change to laptops will work, he conceded.

"I'm sure there are going to be some adjustments. But we visited other schools using laptops. And at the schools with laptops, students were just more engaged than at non-laptop schools," he said.

---

On the Net:

Vail Unified School District: http://www.vail.k12.az.us/

---

Information from: Arizona Daily Star, http://www.azstarnet.com





בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2005 21:47 לינק ישיר 

JID

עס איז גאנץ געשמאק צו זוכען חומר אויף א קאמפיוטער, אבער גיי לערן אלע לימודים אויף א סקרין.

איך שמועס שוין נישט פון דעם וואס עס איז שרעקליך פאר די אויגען, עס איז פשוט נישט מעגליך.

ווען איך דארך ליינען א לאנגע מאמר דרוק איך עס ארויס אויפן פרינטער, ווייל דאס איז דער נארמאלער וועג צו ליינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 01:51 לינק ישיר 

זשיד
ב"ה זיי מאכען די ארבעט פאר אונז נאך אביסעל וועלען מיר עס נאכטון אבער קודם דארף זיך עס אויסארבעטען ביי די גוים און ווען יעדער וועט עס טון וועלען די אידען נאכשפרינגען (עיין ערך טעיפרעקארדער ומייק סיסטעם וכדומה....)אבער מייזלס האט טאקע א גיטע פוינט מוועט מיזן אויפקומען מיט א גיטע סיסטעם אז די אויגען זאלען זיך נישט לעכערען ווען מוועט לערנען די טיפע סוגיות הש"ס... דערווייל כאפ איך מיך א גמ' און לערען פון אינעווענדיג....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 07:38 לינק ישיר 

קודם זעה איך אז דער מלביצקי איז א רב ווי אלע רבנים ... האט א קומפוטער אינדערהיים און זאגט וואס ער האט צו זאגן ולא גור מפני איש.....

והשנית, אני רואה בחלומי, אז אין 30-40 יאר ארום וועט די טעכניק שוין האלטן סך ווייטער ווי די היינטיגע צוריקגעשטאנענע קומפיוטערס. ומי יודע מה יולד יום...

והשלישית להענין, אז מ'וועט לערנען אין קומיוטערס. לחלומי, מוז נישט זיין, והסיבה אויב טעכניק וועט טאקע פשרינגען פאראויס אזוי, וועט די וועלט אפשר זיך צושטעלן צום מצב, אבער מיר אידעלאך זענען היבש צוריקגעבליבן מיטן זיך צושטעלען צום טעכניק, ממילא וועלן מיר בלייבן ביים אלטן ..... ביי די אלטע געלע בלעטער............גמרא...

צו דערצו אז ביז יעצט איז מיר נאכנישט נאכגעטאנצן...

ונראה מה יהי' חלומותי...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 07:57 לינק ישיר 

די צרה פון קאמפיוטער איז אז עס וועט זיך נישט לוינען מער צו דרוקען קיין ספרים.

ווער קויפט היינט א ספר ווען ער האט אלעס אויף א דיסק,?
פלאץ אין שטוב פאר אזוי פיל ספרים איז אויך נישט דא, אין קיינעם לוינט זיך נישט צו דרוקען א ספר וואס ווערט נישט פארקויפט.

עס איז נישט נאר די קאמפיוטער'ס, נאר די פאר שיינע אוצר הספרים'ס וואס האבען יעדער ספר מאכט אויך אז קיינער קויפט נישט קיין ספרים וואס ער נוצט נישט יעדן טאג ממש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2005 15:01 לינק ישיר 

עפשטיין.

ווען איינער וועט וועלן לערנען שבת יו"ט עפעס א ספר וועט ער אנשטעלן די קאמפיוטער אויף א שבת זייגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 21:42 לינק ישיר 


איך מוז מודה זיין

יא !! ר' סיני איז גערעכט!!

נעכטן נאכט קומט אריין ביי אונז אין קאנטרי א מענטש, מיט א קעפ און קורצע הויזן, בקיצור נעמט ארויס אזא מאשינקל, מישט אויף און נעמט זיך דאווענען מעריב אויפן קול, ביז נאך עלינו האט ער נישט אראפגענומן קיין אויג פונעם קליין פענסטערל אויפן מאשינקאלע...

צוביסלעך צוביסלעך...

איז וואס מיר איז יעצט שווער, ר' סיני שרייבט: אופס...זאגט...:
"איך האב די וואך געקויפט פאר 36 דאלער א דיסק וואס האט איבער 18 הינדערט ספרי שו"ת . דער עולם קען זיך דאס פאקרשטעלען ? איבער 1800 פאר 36$ ? תשובות חתם סופר פאר 20 סענט א תשובות נודע ביהודא קאסט 20 סענט."

ווייסט איינער וואו מען קען קויפן דעם דיסק??

אדער ענליכעס פאר דעם פרייז??






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 21:56 לינק ישיר 

גישמאקער,
א שאד די געלט עס וועט באלד זיין אויף GOOGLE אומזיסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 22:01 לינק ישיר 

מען קען עס קויפן אין יעדע ספרים געשעפט.

אפשר נישט אין וויליאמסבורג, אבער אין בארא פארק זיכער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מיין רבי : סיני מאלאביצקי....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext