נעבעך!
א פריע נחמה פאר די אהרונים דא!
הרב גראס איז אריין אין די נארוואס אויסגעברייטערטע הנהלה וואס ארבעט מיט מער אימפעט פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות.
מען רישט זיך אי"ה צו עפענען די איבריגע כיתות אויפ'ן קומענדיגן זמן.
דער פרישער אדמיניסטראטאר איז ר' יחזקאל יאקאבאוויטש וועלכער איז ביז איצט געווען דער הויפט געהילף פון הרב גראס.
און יעצטו הייבטס אן צו בילן...
כ'בין געווען דעם שבת אין ק"י און גערעדט צו מלמדים פון ביידע מוסדות.
דערווייל שטעלט זיך ארויס דאס בילד אז די מלמדים אין די אהרונישע מוסדות זענען זייער אפסעט אז מען באצאלט זיי שפעט און דערצו א גרויס חלק מיט קיופאנס. אויב רעדט זיך איינער אפ אדער ער בעט א רעיס (וואס מען האט שוין נישט באקומען די לעצטע פאר יאר) נעמט מען אים רודפ'ן און אויסרעכענען יעדע קלייניגקייט וואס ער האט יא אדער נישט געטאן.
אין די סאטמארער מוסדות ויואל משה זענען די מלמדים אויסערגעווענליך צופרידן וויאזוי די הנהלה באהאנדעלט זיי. דארט צאלט מען נישט מיט קיין קיופאנס נאר מיט געלט וואס איז עובר לסוחר און יעדע קאמפלעין ווערט אויפגענומען און באהאנדעלט בכובד ראש דורך די הנהלה.
נשלח ב-10/7/2005 18:36
כ'הער אז די מלמדים פון בעטלאן זענען אויך העכסט צופרידן!
נשלח ב-10/7/2005 20:13
וואו איז מען נישט צופרידן?
אויסער אין די אהרונישע ק"י מוסדות!
איבעראל פירט מען זיך אויף ווי מענטשן צו די איינגעשטעלטע אויסער אין די אהרונישע ק"י מוסדות!