בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

היידפארק בלעקאוט 2005

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/7/2005 08:30 לינק ישיר 
היידפארק בלעקאוט 2005

דער עולם געדענקט דעם בלעקאוט זומער צוויי יאר צוריק? דאכט זיך אז ווער סהאט עס מיטגעלעבט וועט דאס נישט פארגעסן אזוי שנעל, די וועלט האט זיך האלבוועגס אפגעשטעלט, מענטשן זענען געווען רואיג געהאט צייט צו שמועסן איינער מיטן צווייטן, קינדער מיט עלטערן, זיך נישט געיאגט לויפן כאפן מהאט זיך געשפירט נאענט און היימיש מיט יעדן, סהאט איבערגעלאזט אן אנדערן קוק אויפן לעבן

נעכטן פרוביר כדא אריין צו שפאצירן אין פארק כדרכי בקודש אבער כבאגעגן א בלעקאוט, מקען נישט אריין גיין אין יוצא ואין בא, נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע מעססעדזש און אזויווי יעדער איינער רעד כמיר ערשט איין אז סאיז ביי מיר די פראבלעם, ביז כגליטש מיר אריין בשתיקה צום מעין פעידזש ווי מהאט יא געקענט זען די לעצטע פאר תגובות און כזעה א דבר פלא

ערשטענס איז יעדער אינעם זעלבן שיף, אבער די אינטערעסאנסטע פון אלעם אז קיינער שלאגט זיך נישט, פיינט זענען פריינט מגיבט זיך עצות וויאזוי אריין צו שמוגלען, איינער זאגט דורך גוגל איינער זאגט דורך דף אישי, מרעדט זיך דורך וואס מקען טון, קוקן פיקטשערס וכדומה, וגר זאב עם כבש

סהאט מיך דערמאנט אינעם בלעקאוט, מהאט ארויסגעקוקט פון פענסטער און געזען אז אנדערע זענען אינעם זעלבן מצב, מהאט זיך געבארגט בעטעריס פלעשלייטס רעדיאס און טעלעפאנס, יעדער האט געגעבן היטשעס און ווי געזאגט האט מען זיך געמאכט נייע ידידים

נו נו, לאמיר האפן אז פונעם בלעקאוט דא זאל אויך עפעס גיטס ארויס קומען



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2005 16:57 לינק ישיר 

זיידעיאנטשי YOU ARE ALWAYS GREAT
כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה (BLACKOUT )



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2005 17:01 לינק ישיר 


זיידי אנטשי

גוט געזאגט!

יפה דברת!!! כה לחי!! מער אפטער!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > היידפארק בלעקאוט 2005
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext