|
|
| נשלח ב-29/7/2005 18:28 |
|
| |
על מה עשה ה' ככה
אין פסוק שטייט ואם תלכו עמי קרי וגו' ויספתי עליכם מכה וגו'. פשט דערפון איז אז אויב קומען צרות אויף א מענטש, וכ"ש אויף א ציבור, און מען בארעכענט זיך נישט צוליב וואס דאס איז געקומען, אויב מאכט מען נישט קיין חשבון הנפש על מה עשה ה' ככה און מען זאגט אז עס איז געוועהן א מקרה (ואם תלכו עמי קרי) ווערט ח"ו מקוים דעם אף אני אלך עמכם בחמת קרי. דער אויבישטער שיקט אראפ נאך גרעסערע צרות און געבט גרעסערע קלעפ רח"ל.
אחד מן החבורה שמת תדאג כל החבורה כולה. ליידער פון אלע 'חבורות' הערט מען טראגעדיעס. צי איז עס א טאטע אויפען וועג צום זוהן'ס בר מצוה, צי איז עס א קימפעטארען פון א דרילינג א.א.וו. ה"י. אבער דא אויף די פורומס גייען ווייטער אהן אלע זלזולים און מח'. קיינער פאלט אפי' נישט איין אז דא מיינט מען עפעס. איז דען דא א גרעסערע אכזריות פון דעם? מען האט נישט קיין רחמנות אויף זיך, אויף די קינדער, אויף די חברים און אויף די גאנצע חבורה.
עס איז דא א טייטש פונעם מיטעלע באבוב'ער רב זי"ע אויפן פסוק אין משלי (כ"ז י"ב) ואם תכתוש את האויל במכתש בתוך הריפות בעלי לא תסור מעליו אולתו וגו'.
ד.מ. טאמער וועט מען צושטויסען א נער אין א שטייסל צוזאמען מיט די תבואה וועט זיך נישט אפטוהן פון איהם זיין טפשות.
פרעגט דער קדו"צ פארוואס עפעס דארף מען איהם צושטויסען צוזאמען מיט די תבואה, וואס וואלט געוועהן שלעכט ווען עס שטייט ואם תכתוש את האויל במכתש לא תסור מעליו אולתו? וואס פעלט אויס דעם בתוך הריפות בעלי?
ענטפערט ער אז ווען מען צושטויסט א נער סתם אזוי וואלט ער זיך אפשר יא עפעס אפגעלערנט. דא איז אבער דער פראבלעם אז עס צוזאמען מיט די תבואה, רעדט זיך דער נער איין אז מען מיינט גארנישט איהם, מען מיינט די תבואה - ער איז נישט מער ווי בטעות אריינגעפאלען. ער טראכט ביי זיך 'איך בין אינגאנצען אומשולדיג, מען מיינט גארנישט מיר'. דאס איז דער טעות פונעם אויל. בתוך הריפות בעלי. מען מיינט אינגאנצען א צווייטען.
אחים יקרים, מען צושטויסט אונז מיט שווערע קלעפ. לא'מיר נישט זיין ווי דער נער וואס רעדט זיך איין אז דאס מיינט נישט איהם. ענדערש לא'מיר זיך פון דעם אפלערנען וועט עס כאטש זיין א טובת נשמה פאר די אלע נפטרים און א זכות פאר אלע חולאים וכדו'. למען ה', לא'מיר אויפהערן צו באשמוצען און באליידיגען איינער די צווייטע. זאל דער פורום נאר זיין אויף צו פאמפען די אייגענע חסידות און נישט אויף צו קלאפען דעם צווייטענ'ס. מען קען רואיגערהייט פאמפען דאס אייגענע אהן צו שרייבען שמוץ אויף יענעם.
אין דעם זכות זאל מען זוכה זיין צום יבולע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
Adapted פונעם פורום 'באבוב'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 19:03 |
|
| |
האסט ארויבגעברענגט א נקודה. און א גוטן דערהער.
איך בין נישט אין הימל, קוים דא אויף דער ערד, אבער בלינד דארף מען זיין אדער א כופר נישט צו כאפן וואס מען וויל פון אונז.
וואו מען גייט אין שטייט הערט מען שמועסן פון צוויי זאכן, אדער פון די קאורט אדער פון א נפטר\ת ל"ע. פארוואס פאלט קיינעם נישט ביי אז "רעד נישט פון דעם וועסטו נישט דארפן רעדן פון דעם"??!
אויב דאס עצם גיין אין קאורט איז א חילול שם שמים נורא ואיום, איז דאס נאך פילפאכיג ווען ס'האנדלט זיך פון א קהילה אדירה ונפוצה ברחבי תבל. און במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב!.
און זיך נישט לאזן נארן. קיינער , קיינער נישט , זאגט אז דאס איז א מצוה גאר, להצילנו מיד רועים, מען טוט עס נאר אביסל פארענטפערן פארשטיין געבן, אבער יעדער ביי זיך אין הארצן ווייסט גוט דעם אמת אז דאס איז ליידער דער מציאות הדברים.
אלס והייתם נקיים איך בין בכלל נישט דא צו חלילה עפעס ערגער מאכן, נאר פארקערט לאמיר זיך אלע פארנעמען אויפצוהערן די בייסיגע קריגערייען, כאטשיג אין דעם תחום דא אויף היידפארק. און לאמיר האפן מיר וועלן עפעס אויפטון.
און מיט א תפלה מעומק הלב, רבוש"ע העלף שוין אידישע קינדער מיט א גאולה אמיתית, ותסור מעלינו רק את המות הזה. בזכות זה. אמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 19:12 |
|
| |
מלוה_מלכה
איך וויל נישט חס וחלילא קאלט מיין דיין גיטע קבלה
דער באשעפער זאל העלפן אז עס זאל אנהאלטן ווי לענגער פאר דיר אין פאר אנדערע אויך
איך שטיץ עס אין איך בין עס מחזק וגם אני מצרף
איך וויל נאר זאלסט פארשטיין נישט די קארט איז דאס וואס מאכט די מחלוקת
אין אויב מען איז איז אריין אין קארט בהיתר איז עס נישט קיין שום עוולא עס איז נישט קיין שום פארבלעם
עס איז מיר א פלא פארוואס יעדער זאלי שפרינגט גלייך אויף אין נעמט זיך שרייען קארט
ניין נישט די קארט איז די סיבה פין די מחלוקה
די סיבה פין די מחלוקה איז ווייל עס איז דא אפאר עושה מעשה רשע באוצטלא דרבנן וואס גייען נישט צי דין תורה אין שלעפן אוועק א זיידן פין שמחות פין איינקליך וכלו
איך בין נישט אין הימל, אין איך בין ח"ו קיינעם נישט דן עס איז זיכער מען דארף מפשפש במעשים זיין נאר אויב די זאגסט די אלע סיבות איז מחלוקת איז כדאי זאלסט וויסן אז נישט די קארט מאכט די מחלוקת אין שריי נישט קארט
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 20:01 |
|
| |
רבותי!
גענוג געווען!
מיר זענען פליישיגע מענטשן וואס ווייסן נישט וואס עס טוט זיך אין הימל.
זאל מיך קיינער נישט חושד זיין אז איך מיין דא מיין צד.
ביי די פרשה מיט הרב גלאנץ'ס זון בין איך געווען דער ערשטער וואס האט געבעטן אז מען זאל ח"ו דאס נישט אריינמישן אין די מחלוקה.
זאל יעדער איינער דאס גוט נעמען אין קאפ אריין: דאס קען ח"ו פאסירן ביי יעדן!!!!
שפילט אייך נישט מיט קיין פייער! יעדעס ווארט איז רציחה און שפיכות דמים!!!!
חכמים הזהרו בדבריכם!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 22:22 |
|
| |
קל אדון על כל המעשים-איז דער תירוץ אויף אלע קשיות
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 22:36 |
|
| |
איך גלייב אז דער מענדלאוויטש, שלמה פעדער'ס איידעם, ווייסט ווער עס איז שולדיג, אבער איך ווייס פון א גמרא וואס זאגט: "אם ראית צרות רבות שבאו על ישראל, צא ובדוק בדייני ישראל", וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 01:38 |
|
| |
במחילת כבודכם, אבער איך מיין אז עטס (די וואס האבען מגיב געוועהן) האבען נישט פארשטאנען דעם געדאנק. די אלע תגובות זענען געוועהן בבחינת 'בתוך הריפות בעלי', אלעס זענען 'זיי' שולדיג, אונז זע'מער די אומשולדיגע קרבנות וואס זענען בטעות אריינגעפאלען. אין דעם ליגט דער גאנצע בראך. יעדער דארף פאר זיך מאכען דעם חשבון בשלי הסערה, וואס קען איך מתקן זיין. טאמער וועט יעדער פאר זיך מאכען דעם חשבון וועט שוין מילא דער גאנצע וועלט ווערן מתוקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 08:58 |
|
| |
ajew
ליידער ליידער האבען די פאסיווע גולשים יא פארשטאנען דיין געדאנק.
עס איז ליידער נישט דא וואס מוסיף צו זיין נאר יעדער זיין תיקון המעשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 13:51 |
|
| |
הערטס די דרשה פון ר' אלטר משה גאלדבערגער שליט"א
ארשיווער רב
ער רעדט פאר 1 און א האלב שעה אויף זיין האט ליין
הדור האחרון פונקטליך על מה עשה השם ככה
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 22:49 |
|
| |
וואס איז דער נומער?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 23:28 |
|
| |
212-990-6143
עס איז "נאר" א שעה מיט 10 מינוט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 23:38 |
|
| |
ס'יז שוין געווען אן אשכול פארדעם
דאס מאכט ענק טאקע געוואונען אבער פארוואס דארפט עטס פארדרייען אשכולות,
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|