ווער סיקאן מיר שרייבן אין די תיבה אישית אויף דער מענטש וואס הייסט נחום רוזנבארג, וואלט איך האם שטאר גידינאק
סאיז מיר זייעך וויכטיג צו ויסן אויף דער מענטש אינפורמישאן
ווער סי קען בערנגן אביסל צעטלעך וואס עהאר האט ארויס גגיבאן פליז שיקטס מיך אין די תיבה אישית
איישר כח
נשלח ב-1/8/2005 22:22
איך ווייס ווער ער איז אבער איין זאך ווייס איך זיכער אז וועלכע רב שטייט נישט מיט מיט עם פאר זיינע משוגעתן ווערט יענער גלייך א שגץ און א טמא כידוע ליודעי חן די מעשה מיט ר' מ"מ טירנויער
נשלח ב-1/8/2005 23:51
ר' נחום איז א מורא'דיגער אויפטוער לטובת הכלל וטהרתן של ישראל בכל כדור הארץ. ער בויט און אינזשענירט מקוואות פון מעקסיקא ביז שפאניע, פון בני יואל אין מאנרא ביז חב"ד אין מאנטריאל, ועוד. שכרו אתו ופעולתו לפניו.
אבער.
ווי 'סלעם' האט געשריבן: אך און וויי אויב איינער טרויט אמאל צו זאגן אנדערש ווי אים...
ער האלט אז ער איז דער גדול הדור אין מקוואות, און רייסט אראפ יעדן וואס וויל וועלן טראכטן אנדערש ווי אים.
נשלח ב-2/8/2005 00:01
בן-מלך אפשר קענסטו מיר שרייבען 1 מקוה נישט מער ווי אייןס אין גאנץ אמעריקא וואס ער האט געבויעט פון אנהויב ביזען סוף.
נשלח ב-2/8/2005 00:12
אין אמעריקא ווייס איך טאקע נישט. אבער אין שפאניע ווייס איך קלאר ער האט געבויט דארט א הערליכע מקוה. איך האב געזען בילדער.
אין מעקסיקא האט ער גע'כשר'ט א פסולע מקוה.
אין די מאונטענס האט ער געמאכט גרויסע תיקונים אין א געוויסע גאר אלטע מקוה. איך האב עס פערזענליך מיטגעהאלטן.
אבער, נאכאמאל, דאס בארעכטיגט נישט זיין מהלך פון צורייבן און אוועקמאכן יעדן רב ומורה וואס זאגט נישט פונקטליך ווי אים.
נשלח ב-2/8/2005 00:30
ער האט געבויט מקוואות.
איך האב אויך מיטגעהאלטען א מקוה וואס ער האט געבויט.
אבער די מעלות נעמען נישט אוונעק זיינע חסרונות, אין סקווער האט ער אויך געמאכט אסאך צרות.
נשלח ב-2/8/2005 01:03
הער בויעט און מכסיקו און און מוסקווה און איבער האל.
איך וויין און א"י און איך האב אפילו נישט געהערט זיין נאמען.
נשלח ב-2/8/2005 03:17
יאנקל,
ווען ביסטו ס'לעצטע מאל געווען אין מאסקווע אדער מעקסיקא?
דו וואוינסט אין א"י, און דו ווילסט קענען א איד פון מאסקווע??
איך וויל דיך בארואיגן, דער איד דרייט זיך איצט אין א"י, אין קורצן וועסטו אים שוין גוט קענען...
נשלח ב-3/8/2005 18:30
עס דרייט זיך ארום אין אימייל א בריוו פין ר' נחום ראזענבערג צי ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א וועגן די נושא,
איך גיי טרייען עס באלד ארויפצילייגן
נשלח ב-3/8/2005 22:03
איך האב מורא אז די הודעה פון יוסף_90 וואס איז געשיקט געווארען אפאר טאג צוריק האט געשיקט נחום ראזנבערג ...
אזעלכע ניבול פה ווי דער בריוו האב איך שוין לאנג נישט געליינט, איך מיין אז עס פאסט זיך נישט אהער