בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברעכט שפיגלען ביי די אייגענע ראש הישיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2005 03:29 לינק ישיר 
ברעכט שפיגלען ביי די אייגענע ראש הישיבה



יא די צייט איז איצטער


נאכאמאל און ווידעראמאל און ווייטעראמאל צו רעדען און צו דערמאנען די דאזיגע זונדיגע עלעמענטען אפשטאמיגע מארץ הגר וועלכיגע טיען זיך מערסטענס געפונען אין דעם צפון חלק פון ברוקלין

אז "גענוג איז גענוג"

ווי פיל נאך וועט אויספעלן אז עס זאל פאסירען אז איר זאלט באמערקען אז אייער שרייבעריי העלפט ניט כלל ישראל

וואס האט איר מיט דעם אז איר פירקעלט אָן גאנצעטע אשכולות און טיט גיסען פעך און שוועבעל אויף די צווייטע זייט

וואס וועט איר האבען אז איר פארשמיצט אייער הענט מיט טינט עס וועט ניט טוישען קיינעם'ס מיינוג

נאר וואס דען איר זענט פארכאפט און פארבונדען מיט די אלע יארען פון דעם אדורעך געפאלענעם חינוך וועלכע האט אייך אויסגעלערנט אז דער וועלכיגער וועלכע איז ניט ווי אייך צו איז דאס אז דער יעניגר טראגט אן אנדער רעקעל וועלכער איז אנדער געשניטען אדער די קנעפלען זענען געשטעלט אויף אן אנדער ארט אדער גאר דאס אז דער קאפעלהיטש איז פארקנייטשט אויף אן אנדער ארט ווי ביי אייך איז ער גלייך אסור און א מצוה צו הייבען הענט אויף יענעם


און דאס איז וואס פאסירט היינט מיט אייך



נאר היינט שלאגט איר די אייגענע די וועלכע האבען אויך בייקומען דעם זעלביגער חינוך איז דער געפאר נאך פיל גרעסער



עס איז נאר פארהאן איין ווארט אויף אייך "און דער נאך ברעכט מען שפיגלען ביי די אייגענע ראש הישיבה" וואס דיע ווערטער האט די רבי געזאגט בעת דער ווילדער עלעמענט האט געטון זייערע ווילדע מעשים אין קראון הייטס.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 04:23 לינק ישיר 

אמת אמת ס'איז אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 04:57 לינק ישיר 

וואס איז געבליבן מיט דעם זי"ע ?

עס שטייט נאך אלץ אויפן טאוול, אדער עס הענגט א גרויסע סיין "יחי אדונינו" ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 08:39 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווי די דרייסט זיך, אבער א גרויס חלק פון כלל ישראל, ביי אלע קרייזען שטאמען מארץ הגר.

דארט איז געווען א קורצערע קריג, ממילא איז דארט מער געבליבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 16:32 לינק ישיר 

ראצער איינער
זאל דיר אויסגיין די אויגען. סאטמאר בליהט, סאטמאר וואקסט, סאטמאר איז גרויס. טראץ די פאר מושחתים וואס זיצען אויבען אן אויף ביידע זייטען, שטייט סאטמאר העכער און שענער אין יעדער הינזיכט ווי דיינע חסידות, זאל זיין וועלכע ס'איז.
ס'געפעלט דיר נישט די אונגארישער גיי דיר צו די פאלאקעס, די ליטוואקעס צו די גאליציאנער. אדער נאך בעסער, גיי צו די פרענקען. זיי זיינען די ווייטסטע פון אונגארישער, (און פון מענטשהייט) דארט וועסט דו טרעפען א פאסיגען פלאץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 16:49 לינק ישיר 

איזלאם להבדיל בליהט און וואקסט אויך
WASSA DIF?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 16:54 לינק ישיר 

צווישען איסלאם מיט אידישקייט איז דא עטוואס א נפקא מינה אבער צווישען דער קאדי (גלח) און דיין רעבע מיין איך אז ס'טאקע נישט דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 17:26 לינק ישיר 

צבי:

מען האט שוין צוריקגעלייגט דאס ווארט זי"ע אויפן טאוול אין 770 ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 17:57 לינק ישיר 

יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח --- יחי

איך בין גרייט צו הערן מוסר פון יעדן איינעם, נאר נישט פון א חבדניק.

מחלוקת איז ליידער אלעמאל געווען ביי די שענסטע קרייזן, אבער משיחי שקר זענען נאר געווען ביי די געמיינסטע און נידריגסטע פון כלל ישראל.

תוקן על ידי - ziskeit - 02/08/2005 17:58:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 20:07 לינק ישיר 

עס איז זייער מאדנע ווי נאריש און פארבלענדעט דער ראצער קען זיך אהערשטעלן, און שפילן מר. תמ'עוואטע.
צום ערשט וועל איך מסביר זיין א שטיקל חילוק פון די א.ג. "מארץ הגר" קרייזן מיט די א.ג. רוסישע (אדער יו.ען. קרייזן -זיצנדיג אין א קיבוץ פון מענטשן מארבע כנפות הארץ מיט אכצן פארשידענע שפראכן).
אן דעם אוועקצומאכן קיינעם חלילה. דארף מען זיין רעאליסטיש, נישט זיך ווארפן זאמד אין די אויגן, און פארגעסן די אייגענע היסטאריע און די אייגענע מציאות וואס מ'לעבט דארט מיט יום יומית.
ביי די אפשטאמיגע מארץ הגר, איז דא פרינציפן אין אידישקייט. אנגעהויבן מיט לבוש ביי די נשים, כל קהילה כפי קבלתו ומנהגו. צניעות, מחיצות בין אנשים לנשים שלא לבא לידי תערובות, כשרות למהדרין לכתחילה. כל קהילה וקיבוץ כפי קבלתם ומנהגם מקדמת דנא.
ביי די מארץ הגר איז דא אזא מציאות ווי גיין צו א דין תורה, בין אדם לחבירו ובין איש לאישתו. די בתי דינים זענען כסדר פארנומען מיט פסק'ענען און מפשר זיין. ערכאות איז נישט די ערשטע ברירה!! יש דין בישראל.
ביי די מארץ הגר לערנט מען ש"ס ופוסקים, גמרא תוספות, שו"ע ונושאי כליו, וכל מיני ספרי חסידות של הבעש"ט הקדוש זי"ע ותלמידיו. בנוסף צו ספרים פון די בעלי מוסר.
ביי א גרויסע חלק פון די מארץ הגר האט מען מקבל געווען פון די רבי'ס דעם ענין פון "כל ישראל ערבים זה לזה".. ווען עס פאסירט אמאל אז מ'זעט א איד טוט נישט ריכטיג, טוט מען זיך נישט אן דעם הוטל פון אמעריקאנער "דזשענטלמאן". נאר מ'איז מעורר ווי עס פעלט אויס.
ביי די מארץ הגר עקזיסטירן אומצאליגע ביקור חולים'ס און אומצאליגע אנדערע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס ווי הונדערטער אידן אנשים ונשים געבן זיך אוועק דעם גאנצן נפש רוח ונשמה פאר אנדערע אידן (אפילו פאר די וואס קומען נישט מארץ הגר..)
ביי די אידן מארץ הגר ווייסט מען אויך פון אזא זאך ווי קירוב. עס זענען דא אומצאליגע ארגאניזאציעס וואס געבן זיך אפ מיט קירוב נישט נאר אויף רוסישע, איראנער, בולגארישע און ארץ ישראל'דיגע פארלוירענע נשמה'לעך. אויך פאר אייגענע אמעריקאנער פארלוירענע נשמה'לעך...
ועוד ועוד שאין הזמן והעמוד מספיק...
קען קומען א ראצער וואס שטאמט ערגעץ מארצות האזיע, או המיטל מזרח. וואס די אלע ענינים וואס זענען אויבנדערמאנט איז ביי זייערע קרייזן נישט אזוי פאפולער.
נאר, קען מען דאך אבער טראכטן, איין זאך זאגט ער דאך ריכטיג, מילא, מ'טוט אזויפיל גוטע זאכן, אבער ווען עטץ מארצות הגר וואלטס באקומען אונזער חינוך...
וואלט מען זיך כאטש נישט געקריגט. מ'וואלט געווען ממש באחדות אזוי ווי ביי אונז. דאס אהבת ישראל און קירוב הלבבות וואלט געווען אזוי ווי ביי אונז...
אזוי?
אזוי ווי ביי ענק? חס ושלום!!!
ריכטיג, ביי ענק ווען עס איז דא א פירצה אדער לאפרושי מאיסורא, וועט מען זיך אפשר נישט אלעמאל אנרופן.
אבער ווען מחמת הנצחון, אדער טראכט אנדערש ווי דיר.. דעמאלס איז חמירא סכנתא מאיסורא...
ווי לעבסטו, אין עולם הדמיון? צי דו קלערסט אפשר אז מיר לעבן אין עולם הדמיון?...
אפשר קענסטו ענטפערן פארוואס האט דער ליאזני רבי הרב שאול שמעון דויטש געדארפט אנטלויפן פון קרוין הייטס מיט די נשמה אין די הענט איבער נאכט? וויל מ'האט אים געוואלט שלאגן?? ניין נישט דערפאר. ווייל מ'האט אים געוואלט הרג'ענען! ער האט געשריבן עפעס וואס איז נישט געווען לפי רוחכם... טויט שטראף.
ווער האט מיטגעהאלטן די שמחת בית השואבה'ס די לעצטע יאר וואס דער רבי האט געלעבט? מ'האט דעם אנפירער אראפ געווארפן פון סטעיזש און אנגעריסן מיט אכזריות. פארוואס? ווייל נאך צוויי שעה זינגען יחי אדוננו, האט ער שוין געטוישט אויף א אנדערן ניגון...
און וועמענס האר פון קאפ האט זיך נישט אויפגעשטעלט. ווען "רבן דקרו" ביי די לוי' פון זייער רבי'ן ווען מ'האט זיך געהרג'עט און געריסן מיט גרויס חילול ה' אז די פאליציי האט נישט געקענט צוטיילן די צדדים, די חברה שומרים פון די "מארץ הגר" האט געדארפט קומען צוהעלפן אפטיילן די צדדים אז עס זאלן נישט זיין קיין טויטע ח"ו. ווי מיאוס איז דאס געווען ווען אינגע חברה האבן אויפגעריסן דעם טיר פון דעם "ווען" וואס האט געטראגן דעם מיטה פון זייער רבי'ן.
און וואס טוט זיך דארט אפ אויף א "סטעדי בעיסיס" פון די פטירה פון רבי'ן. טאג טעגליכע געשלעגן און הריגות צווישן משיח'יסטן און נישט משיח'יסטן.
און ווער עס האט א שטיקל זכרון, וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן די מערכה (אוודאי לשם שמים) ווען דגל האט זיך אפגעטיילט פון אגודה, ביד חזקה ובזרועות נטויות האט מען זיך משתמש געווען, חוץ פון די פאשקעווילן און השמצות השכם ושלוח.
ועוד, ועוד....
חשובער הרב ראצער, דיין מוסר מעג מען אננעמען משום קבל את האמת ממי שאמרו, אידן פון "אלע שיכטן און קרייזן" דארפן אכטונג געבן נישט צו מאכן מענטשן טראכטן אז זייער חינוך טויג נישט. און איין עוולה פון איין קהילה בארעכטיגט נישט דאס צווייטע.
(יא, עס פאסירן ביי די אונגארידע, רומענישע, פוילישע און ליטווישע פארשידענע גרויסע און הימל שרייענדע עוולות.) אבער ווען דו קומסט יענעם זאגן טול קיסם מבין עיניך, טראכט ערשטע אריין ווי א גרויסע קורה דו וועסט דיך דארפן ספראווען אראפצונעמען מבין שיניך....





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2005 20:41 לינק ישיר 

בןמלך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברעכט שפיגלען ביי די אייגענע ראש הישיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext