להלכה דארף מען איינקויפן ביי א איד אויב איז ער ביז א זעקסטל טייערער (שתות).
חוץ מזה איז עס מענטשליך, (אפילו אויב איז ער נאך טייערער). ווען מ'דארף צדקה אדער הילף (סופארט), געווענליך באקומט מען עס פון די היימישע ברידער - בעלי בתים פון די היימישע געשעפטן.
און ווען מ'רופט א דרייווער פון "חסד" צו א שפיטאל. אדער "חברים" צו אויפברעכן די טיר פון הויז, אדער חברים צו פיקסן א פלעט טייער ווען ס'איז אינדרויסן "בעלאו זערא" דעגרי, אדער 95 דעגרי. רופט מען נישט די "אידן" פון האום דיפאו... נאר די אידן פון אונזערע היימישע געשעפטן. וועלכע קענען אמאל געבן אויף בארג אויף אפאר טאג, אדער א דיסקאונט פאר אן ארעמע חתן כלה וכו'
די ברידער וועלכע שטייען אונז צו דער האנט, דארפן מיר אויך שטיין צו דער האנט.
ובזכות זה זאל השי"ת אונז אויך העלפן בכל משאלות לבבינו לטובה.
נשלח ב-4/8/2005 02:29
איך ציה מיך צוריק פון מיין האנדלס אפמאך (?...) מיט S&W און האוס ענד האום...קען זיין איך בין נישט גערעכט.
נארוואס ערהאלטן אין אישי:
by the way, the owner and CEO of home depot is a jew and is . listed on forbes in the top 50 charity givers. and the only one of all jews on the list that is listed to give primarily to jewish causes. and there is no bigger chiyuv to give to frum people than tinok shenishbiy
איין זאך בנוגע שעיר האלדערס ווערט שוין דערמאנט אין די פוסקים לגבי שבת אז ס'הייסט נאך נישט א אידס, און אפשר ביי דעם אויך. איך לאז עס איבער פאר די רבנים הגולשים שליטאים.
נשלח ב-4/8/2005 02:48
עס קען טאקע זיין עס געהער צו א איד. אבער ביי די גויים מיינט איד, אויך איינער וואס געדענקט נאך אז זיין זיידע איז געווען א איד.
(די האום דיפאו געשעפטן זענען אפען שבת, יו"ט און יום כיפור. (אפשר מיט א היתר מכירה).
און צדקה מיינט נישט פאר אונזערע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און מוסדות התורה. שטיצן פארקס, נעטשורעל פרעזערוועישאנס, היסטאריק פלעיסעס, און רעהאביליטעישאן סענטערס וכדו'. וואס עפ"י שו"ע איז אספק צו דאס הייסט בכלל צדקה.
אבער איך נעם נישט קיין שטעלונג בעפאר איך וויס ווער די בעלי בתים זענען.
נשלח ב-4/8/2005 03:42
אינטערעסאנט אין קרית יואל איז האלענדער ביליגער ווי האום דיפאט. אזוי ווייט אז ווען האום דיפאט האט זיך געפענט האט ער געהויבן די פרייזן ווייל מיט די העכערע פרייזן איז ער נאך אלץ ביליגער פון האום דיפאט