| נשלח ב-4/8/2005 02:22 |
|
| |
איז דער גורל פון discovery פארזיגלט ??
פאר א טשעינזש לאמיר זיך הרגנען אויף דעם, אוי!...איך האף אז נישט יעדער איז איינשטימיג מיט מיר...
פאר יעדן פון אייך באקאנט די מעשה פון די ספעיס שאטל דיסקאווערי וואס געפונט זיך יעצט אין די הויכע ספערן, אז די אינסאלעישאן טיילס האבן זיך צעעפנט און עס דרויעט א סכנה ביים אריינקומן צוריק אין אטמאספער אז דאס זאל עקפלאדירן.
איך כשלעצמי וואלט קיינמאל נישט צוריקגעקומן מיט אזא שאטל, אז יא וועט מיין ענדע זיין ווי דעם ישראלי מיט די הבדלה בעכער וואס איז נישט לאנג צוריק בטל געווארן במציאות ביים צוריקקום פון די לעצטע שאטל. דו געדענקסט?
לדעתי דארף מען ארויף שיקן נאך א שאטל וואס זאל אראפברענגן די אסטראנאטן, מיט מענטשליכע לעבנס שפילט מען נישט אפילו ס'קאסט נאך א ביליאן דאלאר. די צרה איז נאר מיט דעם שטאלצן נאסא אגענטור וואס טראץ זייערע דורכפעלער וועלן זיי זיך נישט ברעכן.
אדרבה, אויב קומען זיי אהער צוריק וועל איך זיי לאדענען אויף א אינטערוויו אין חדשות אנש, האלט אייך געשפאנט...!!
עניוועיס, מיין איך אז איך בין לאקי ווייל דאס וועט נישט פאסירן...
יעצט אהרונים....הייבטס אן שעלטן...
זאלונים....הייבטס אן שימפן....
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:35 |
|
| |
די רעדסט דאך אזוי צעהיצט און איינגעקשנט ווי אן אהרוני און א זאלי צוזאמען
געלונגען? ווער קען בעסער?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:40 |
|
| |
ליצנות אין א זייט
איך וויל שוין לאנג וויסן לאמיר זען צי איינער וועט קענענן ענטפערן
זיי האבן היינט ארויסגענימען די צוויי פילערס פין צווישן די טיילס וואס האט זיך ארויסגעשטעקט רין געקענט מאכן א סכנה
וואס איך וויל פארשטיין איז
אז עס איז דאך געליגען דארט פאר א סיבה עס איז דאך געווען א לאך דארט אין עס איז נישט געשטאנענן אז זיי האבן צרויק אנגעפילט די לאך
איז די לאך דארט נישט קיין סכנה??
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:41 |
|
| |
אה! ענדליך האבן זיי שוין אנגעהויבן שימפן....נאראוויץ..
היינט איז ווידער געווען אין די נייעס אז און צוגאב צו די צובראכענע טיילס וואס איז געשען ביים אראפשאקלן די ריזיגע טאנק, איז אויך דא צובראכענע טיילס אונטערן פענסטער פון די קאפטעין. דאס מאכט די שאנסן דאפלט... צוויי מאל זערא...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 02:43 |
|
| |
דיין שרעק איז אומזיסט.
דאס גאנצע וואס האט פאסירט איז אז בשעת סיז ארויפגעפלויגן האט זיך אראפגעבראכן א שטיקל פאום פון די עקסטורנעל פיול טאנק, דער עקסטורנעל פיול טאנק טיילט זיך אפ פונעם פונעם שאטעל, און עס פאלט אראפ צוריק אויף דער ערד, ווייל דער טאנק ענהאלט אין זיך בלויז געז, און ווי נאר עס ווערט אויסגעליידיגט ברויך מען עס נישט, ס'גרייכט קיינמאל נישט די ספעיס. זיי האבן נאר מורא געהאט אז דער שטיקל ברוכווארג האט צוגערירט און אנגעקלאפט דעם שאטל און עס געשעדיגט, למעשה האט עס נישט צוגערירט.
אויך האבן זיי איינגעפירט א נייע עקספערימענט זינט די "קאלאמביע" קראך, אז ווען דער שאטל איז שוין אין ספעיס, איז דא ראבאטיק קעמערע וואס איז בודק די אלע טיילס פונעם שאטעל, צו זיי זענען נישט געשעדיגט געווארן, און זיי האבן באמערקט מיטן קעמערע אז א "געפ פילער", דאס איז אזא מין פאום פאפיר וואס איז צווישן די טיילס, שטעקט זיך ארויס צווישן 2 טיילס, זיי זאגן קלאר אז מעגליך דאס איז נישט קיין שום סכנה, ווייל זיי האבן דאך קיינמאל נישט געמאכט אזא מין עקספערעמענט מיט א קעמערע, אבער דאך ווילן זיי נישט נעמען קיין שאנסן, ווייל קען זיין אז דער שטיקל פאפיר וועט איבערהיצן דעם שאטל, ווי באוויסט אז בשעת דער שאטל רייסט זיך צוריק אריין אונעם וועלט, גייט עס אריבער א שרעקליכע היץ, ע"כ האבן זיי ארויסגעשיקט איינע פון די אסטראנאטן צו מעביר זיין דעם פאפיר, און ער האט עס געטאן אונטער איין מינוט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 04:34 |
|
| |
שלמהחיים
הגם אז איך בין נישט קיין ראקעט סייענטיסט, וועל איך דיר פרואווען צו ענטפערען וואס ס'איז שוין געשטאנען אין די נייעס די הסבר אויף דעם,
און דאס ווייל די פילער איז געמאכט, צו שיצען די גלעזיגער פלעיטס (וואס זענען דארט צו שיצען די ראקעט פון היץ), איינס פון צווייטען.
דאס פעלט אבער נאר אויס ביי טעיק אף, דהיינו ביים ארויף פליען, משא"כ ביים צירוק קומען, היות אז די air flow גייט אנדערש, פעלט נישט אויס דער פילער.
האסט פארשטאנען?
איך נישט!
אבער עכ"פ, אזוי האבען די תנא קמא'ס פון די מידיא געפרואווט מסביר צו זיין פארען עולם.
גענומען דער קוואוט פון דא:
http://apnews.myway.com/article/20050803/D8BOK29O1.html
NASA had spent four days analyzing the potential threat of the so-called thermal tile gap fillers and what to do about them.
Officials insisted it was absolutely safe to simply remove the fillers. The material's primary purpose in those two spots was to prevent the shuttle's ceramic thermal tiles from rubbing against each other and chipping during liftoff.
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
|