בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

"דער רבי מיט'ן שטן"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2005 05:45 לינק ישיר 
"דער רבי מיט'ן שטן"



די פיר ווערטער מיינט ביי רוב גולשים גארניט


סתם א געמישאכטץ און פלוידעריי און א פערצופאלטיגער צונויפשטעל פון פיר אידישע פראַזען


אבער פאר די פאר געציילטע וואס געדענקען נאך יא דעם ברוינעם ביך מיט אט די נאמען וועלכע האט א שאקעל געטאן דעם צפון חלק ברוקלין און צובאָשעוועט די אפשטאמיגע מארץ הגר און אויסגעשיט אלע זייערע שמיץ און אויפגעדעקט אלע אפפאל און אנדעקט זייערע טערעריסטישע מיטלען מיט וואס זיי צווינגען ארויף זייערע מיינוגען אויף אנדערע פון ירושלים ביז ברוקלין

אט די ביכעל איז נאך היינט זייער אקטועל בעת די לאפעצען פון ביידע זייטען וועלכע ווילען מושל זיין אויף צפון ברוקלין האבען זיך צולאזט אויף א פרעכיגען פארנעם אויף אונזער פורום און דערנידערט אונזער געזעלשאפט צו אן ארט וואס איז אזוי נידריג ווי זיי אליינס


על כן וואלט כדי געווען ווער פון אייך עס קאָן ארויף שטעלען עטליכע אויסצוגען אדער אפשר עטליכע זייטען פון אט די ביך אז מיר אלע דאנענט זאלען וויסען מיט וועלכיגע פארשוינען מיר האנדלען

מי לה' אלי! איך רוף צי אייך אלע באזעצענע מיטגלידער פון אונזער פורום לאמיר בענעזאם אויסרופן קול מלחמה במחנה אנקעגן די אומווערדיגע עלעמענטן וועלכע האבען געהיידשעקט אונזער פורום








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 05:46 לינק ישיר 

א געלונגענער איינפאל.

אויסווישן שמוץ מיט נאך גרעסערע שמוץ.

מיר האבן שוין גענוג טיילן פון כלל ישראל פארלוירן צו די דאזיגע ביכער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 07:52 לינק ישיר 


יא יא זאלי

ווי גייט דאס ווערטל? "זינדיג זינדיג ווייל מ'נעמט נאר די גוטע"...

דאס זאגט שוין אלעס





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 08:01 לינק ישיר 

ראצער

קודם זע איך אז די האסט דער בוך אויך נישט געזען ערשטענס ווייל עס האט נישט קיין ברוינער דעקל.

צווייטענס די מאכסט חוזק פון די יוצאי הגר בשעת די נוצט אלע לשונות וואס זענען שגור על לשונם פון די יוצאי הגר.

פארדריי א צווייטן דעם קאפ אז די ביסט נישט קיין יוצא הגר.
אויב נישט דרייסטו דיך אין א קרעמעל וואס האט נאך נישט געזען א נפש חוץ פון א יוצא הגר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 10:00 לינק ישיר 

ב"ה אז די אמאליגע גיפט איז נישט אין גאנצען אויסגעוועפעפט, אז ס'נאך דא מענטשען וואס האבען א האס צו אלץ וואס שמעקט פון סאטמאר. ס'א סמימן אז מיר זיינען נאך נישט אינגאנצען פארקראכען. אל דיר אויסגיין די אויגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 16:34 לינק ישיר 

wassa
זיין שנאה צו אלעס סאטמאר שטאמט פון וואו דו שעפסט די שנאה צו ליובאוויטשת, די חילוק איז נאר אז ער האט מסתמא געליטען פון זיי, משא"כ דו וואס דו טוסט עס סתם בלי שום טעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 16:44 לינק ישיר 

צבי
אז ער האט געליטען פון עפעס, און ליידט נאך היינט איז קלאר. גענוי וואס קען איך דיר נישט זאגען, איך בין נישט קיין פסיכולוג.
מיין שנאה צו לובאוויטש שטאמט פון דעם וואס JJ איז פארקראכען פון דרך הרש"ב און פון וואס דער אזג. מלך המשיח לעולם ועד איז געווען א פארברענטע ציוניסט, צווישען זיינע אנדערע פעלער. פון דארטען שעפט ער זיין האס צו סאטמאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 16:57 לינק ישיר 

מסתמא שטאמט זיין שנאה צו JT פון סענדס סטריט וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 17:06 לינק ישיר 

מיינסט צו זאגען נישט פון די זעלבע פלאץ וואו איך נעם מיין שנאה צו לובאוויטש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 18:18 לינק ישיר 

צבי פאר דיין ערשטן הערה. קבל את האמת ממי שאמרו.

פארפאלן, די וואס קענען נישט פארשטיין די שנאה וואס אלע נישט-סטמאר-געשטימטע האבן כלפי סטמאר, זאלן מוחל זיין אין אויפמישן די היסטורי' ביכער. אדער, אין ערגסטן פאל, זיך אומקיקן אויף וואס עס גייט היינט פאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 18:25 לינק ישיר 

איך פארשטיי שוין איינמאל די שנאה.

דער אמת טוט וויי !!!

וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 18:33 לינק ישיר 


איך קוק מיך אזוי אום דא...

נאך אלץ בעסער צו זאגן אין פנים אריין "איך האב דיך פיינט", ווי צו האלטן אין בויך.

משום לא תשנא את אחיך "בלבבך"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 18:34 לינק ישיר 

אונז פארשטייען, קוטשמע, אונז פארשטייען גאר גוט. און אונז פרייען זיך דערמיט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 18:54 לינק ישיר 

וואסא, גלייב מיר, עס איז היינט צו טאג נישט נאר נאה לכם (לנו) נאר פיל מער נאה לעולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 18:57 לינק ישיר 

לדעתי איז דער "ראצער" פון די סארט וואס פרובירען מיט אלע כוחות זיך אדורך שווערצן די גרעניצען פון "אונגארען" קיין פולין צו גאליציע...

אבער ליבער "ראצער" א אונגארישער בלייבט אן אונגארישער! וואס קאן מען טאהן, דאס איז דיין גורל..

So you have to make the best out of it



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 19:02 לינק ישיר 

יוסעלע גולם
קבל



קוטשמע וואס פאר א היסטאריע אויף דיין קאפ? וואס האט דער בוך מיט היסטאריע?

איך ביין בכלל נישט קיין סאטמארער, אין ועקיס פראפאגאנדע איז ביי מיר סתם פורים, אבער סתם א שנאה בוך פון א אלטער פולישער שרייבער, וואס האט נישט געקענעט פארטראגען אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע האט נישט אנערקענט אין ציונות איז ביי מיר קיין היסטאריע נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > "דער רבי מיט'ן שטן"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext