בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געפייגערט ווי א שייגעץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/8/2005 05:04 לינק ישיר 
געפייגערט ווי א שייגעץ





סתם הארעפאשניקעס מיט די ווילדע לאפעצען


אויב איר זעט נאך היינט צו טאג אן אויסגעשטערנטן הימל ווייסט וועמען איר האט צו פארדאנקען?


גאט דער גרויסער איז ניט און א מצב פון באנקראט


ולא תתורו אחרי לבבכם - א יינגעלע זאל זיך ניט וועלען, האט געטייטשט דער רבי


געוואלד וואס וויל מען האבען נעבעך פון דיין לעבען


געוואלד אן עברה! אויף וועמען דו האסט רחמנות און אויף וועמען דו ביסט אָנגעדדרודלט שייגעץ איינער


איך האב מיר אנגעטאן א כוח ארויסשלאגען פונעם זינען די גאנצע מעשה מיט די ברודער


איך בין ניט מחויב פאר אים מקריב זיין מיין נשמה, פרעגלען זיך אויפן פייער אין גיהנום


נאָר אייך האט עס ניט געהאלפען, פארקערט וואס מער מען האט אייך געטריבען, מער איז עס אייך אין קאפ אריין


הערט א מעשה זאג איך אייך - פארגלאצנדיק די אויגען ארויף - הערט וואס פאר א גאט מיר האבען, זיין שטראף איז גרויס


ס'זאל אייך דאכטען אזוינס מיט שרעק, פון איין זייט אן אויסגעשטרעקטע איבערגעשניטן העלדזעלע, א גיסן-זיך בלוט, אן אויסעשטרעקטע צונג, פארגלייזטע אויגן, א הארכלען, א מאכן מיט די זייטן, א צאפלען, א ווארפן-זיך, א דריקען מיט די פיס

פון דער אנדעע זייט א שוחט מיט א פרום פנימל, א חלף אין דער האנט און א ברכה-מאכן מיט די ליפעלעך


דאס קינד וויינט, שרייט ער טאטע, וואס איז? געפגרט ווי א בהמה! דער שייגעץ, דאס הויז-געזינד איז פאראומערט, און שטוב הערשט א טרויער


און אין דער הספד, א פארווארפן קעפל, דאס הארץ רייסט ביי אלעמען קוקעניק אויף דער יתומה נעבעך, אלע פארשטייען דעם טייטש וואס דאס באדייט


ווייבער, שכנהס, ווישען די נעז, די אויגען, מאכן פיסקלעך, און די ליפעלעך זייערע רירן זיך, גרייט צום רעדן


איינע פון זיי, א ווילקענענדיקע, וואס שיט אין די רייד ווערטער פון די הייליקע חכמים, פארכאפט זיך פריער און צולאזט זיך אין א ברייטן שמועס


דער וואס לעבט אייביק, ברוך הוא וברוך שמו- הויבט זי אן אויף תהינה-לשון- צוויפשנירנדיק די ליפעלעך און קנייטשנדיק א פרום פנימל, ער איז גערעכט און זיין משפט איז גערעכט, כי מפני הרעה, פאר די זינד, זאגען די חכמים, פגרט א שייגעץ


זאל ער זיין ווי א קרבן פאר אונץ אלע






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2005 05:50 לינק ישיר 

יעצט האט דער אונגערישער באמת געשניטען שטיקער פון עפעס א אלטע ביך.

וועגען דעם קלעבט נישט איין ווארט מיטן צווייער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 05:58 לינק ישיר 

רפו"ש בתוך שאר חולי ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 06:31 לינק ישיר 

שוין לאנג נישט געזעהן אזעלכע שטותים צוזאמען געקלעבט אין איין הודעה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2005 06:42 לינק ישיר 


משוגע האט נישט קיין עק סתם "אנגעדדרודעלט" אפשר קענסטי מיר זאגען וואס מיינט הארעפאשניקעס הארכלען צוויפשנירנדיק איך מיין אז די ווייסט אויך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 14:31 לינק ישיר 

איינער קען עס איבער טייטשן אויף אידיש
(איך קען נישט קיין אונגאריש)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2005 00:58 לינק ישיר 

פון וואנעט נעמט דאס אונזער חשובער ראצער אזויפיל כחות הנפש, אינמיטן טיפן שלאף אפצוקלאפן אזא לאנגע מגילה...
געוואלדיג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געפייגערט ווי א שייגעץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext