חילול ה'
נאכען זעהן די פאלגענדע אשכול http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1520273 וויל איך שרייבען א קורץ מעשה פונעם הייליגע רב זי"ע (פאר די נישט-גאליציאנער יודען, דאס מיינט דער צאנזער רב זי"ע).
זיין זוהן ר' אהרן - דער קרייזער רב - האט אמאל געלייגט איינעם אין חרם. אין יענע צייט איז דאס געוועהן קעגן די געזעץ און מען האט געקענט זיצען דערפאר. דער מוחרם איז טאקע געגאנגען אנקלאגען דעם קרייזער רב אין געריכט, און עס האט געדראהט מיט תפיסה.
די חסידים זענען אריין מזכיר זיין ביים טאטן, און בין הדברים האט איינער געזאגט אז אויב וועט מען איינזעצען דעם קרייזער רב וועט זיין א חילול ה'.
הערענדיג די ווערטער האט זיך דער הייליגער רב צופלאמט. "א חילול ה'? יוסף הצדיק איז געזעצן אין תפיסה. דער רבי ר' ישראלטשע (רוזשינער) איז געזעצן אין תפיסה. א חילול ה' איז אז מען פארגעסט איין רגע פונעם רבש"ע."
דעמאלס האט מען שוין געוואוסט אז עס איז דערנאך... דער קרייזער רב איז טאקע געזעצן אויף אן ערך פון 6 וואכען (אין די תקופה איז דער צאנזער רב נסתלק געווארען און ער איז דעקומען צום לוי' מיט קייטען).
|
|