| נשלח ב-29/8/2005 07:35 |
|
| |
WARNING ריעל עסטעיט גייט קראכען
אזוי האט ALAN GREENSPAN געווארענט
איך ווייס אז עס קען זיין אז אין די היימישע געגענטער ווי דער דעמענד איז שטארק אין וואקסט בליע"ה אויף א אויסערגעווענליכע געוויקס לגבאי די אנדערע געגענטער קען זיין אז עס וועט נישט פאלען אדער למיחוש מיהא בעי
אדרבה וואס איז אייער מיינונג
איך ברענג דא א ארטיקעל וואס איך האב באקימען אין עימעיל
The hottest condo markets are beginning to crack wide open.
In Miami, speculators with hundreds of units and staggering debt pyramids are starting to dump their holdings. In Boston, Las Vegas and New York, we're beginning to see similar signs.
The clincher is the data on condos just released this week by the National Association of Realtors (NAR). It shows that ...
The Supply of Condos in The U.S
Has Surged by a Whopping 51.4%!
Hard to believe, isn't it? But it's a fact.
In July of last year, the supply of condos and co-ops on the market nationwide was only enough to cover 3.5 months of sales. Now, NAR estimates that the supply's enough to cover 5.3 months of sales, a 51.4% jump.
That's a huge glut of unsold condos on the market, with a large percentage of the units in the hands of speculators ... most leveraged to the hilt ... buried in debt ... and under pressure to dump them as soon as financing costs rise or prices slump.
Naturally, tracking the price of housing is not nearly as simple as tracking the price of a stock or commodity. But the Census Bureau's report, also released this week, gives us some clues:
Despite a rise in sales, the median price of a new home declined in July by almost $16,000 to $203,800 — the lowest level since December 2003.
Compared to last July, the one-year decline was the worst since May 1992. Even in the months after 9/11, home prices didn't fall that hard.
Home sales up but prices down? What's going on? I think at least part of the answer is an even steeper fall in condo prices which is dragging down the median price. And sure enough, the sales data confirm: New condo sales were NOT up. They were actually DOWN 5%.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 18:03 |
|
| |
עס זענען דא צדדים לכאן ולכאן. פאראן עקספערטן מיט מערערערליי מיינונגען: ס'גייט קראכן, זיך בארואיגן, ווייטער אנגיין ווי ביז יעצט אא"וו.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 19:20 |
|
| |
מען טאר מער נישט קויפן קיין ספעקולאציעס, נאר אויב דער בנין קען זיך אויסהאלטען.
ווייל מען קען נישט וויסען צו מען וועט קענען פארקופען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 00:39 |
|
| |
ווי עס קוקט אויס וועט אין ניו יארק סיטי והגלילות בדרך הטבע נישט קראכן קיין ריעל עסטעיט.
דער עולם וואקסט דא ווי אויף הייוון, נייע ביזנעסעס (עפ"י רוב ווייט-קאלער) שפראצן ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן, און דער פארלאנג איז גאר גרויס. נאך אלעם איז ניו יארק דער "פיינענשל צענטער" פון די פאראייניגטע שטאטן.
מעגליך אז נאך דעם גרויסן רעזאנינג פון טויזנטער נייע קאנדאס אין ווילי-גרינפוינט, וועלן פרייזן נישט אזוי שנעל און נישט אזוי שטארק שטייגן, עכ"פ ביז עס וועט נאכאמאל ווערן א מאנגל.
וואס אנבאלאנגט די אידישע געגנטער ווי בארא פארק, פלעטבוש אין וויליאמסבורג, איז חוץ לדרך הטבע אז דער פרייז זאל אראפגיין. ווייל דער מצב איז אזוי דחוק, אז עס פשוט נישטא צו באקומען קיין דירה, און די וואס זענען דא בעטן טבין ותקילין.
העכסטנס, די וואס קענען זיך שוין נישט ערלויבן די הויכע פרייזן, וועלן אדער דינגען דירות, אדער ארויסקוקן אויף אן אנדערע ישועה, ווייל אז ריעל עסטעיט וועט קראכן דא, קוקט שוין נישט אויס אין דעם גלגול.
ווי מ'דארף שטארק אכטונג געבן וואס מ'טוט, איז אין די ארבע כנפות אמעריקא, ווי אידן האבן גענומען אינוועסטירן אויף תולה ארץ. יעדער געגנט האט אן אנדערע אפשאצונג, און מ'דארף האנדלען גאר פארזיכטיג, נישט צו באגראבן זיך מיט נאך גוטע פריינט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 01:35 |
|
| |
The entire article refer's to COONDO SALES only!!
This is tricky, cuz they make you assume that they talk about the entire real esatet market. the real estate market -as far as I know- does not show any signes of price decline. to the contrary....
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 05:53 |
|
| |
ווער עס זאגט אז ריעל עסטעיט קען נישט קראכען אין ב"פ ווייסט נישט וואס ער רעדט.
דערווייל איז דא א שטארקע דימאנד אויף קויפען הייזער, אבער, וואס געשעהט אויס הש"י די עקאנאמיע ציט זיך אויס?
מענטשען האבען נישט צו באצאלען רענט,
און וואס געשעהט נאך דעם?
בעלי בתים האבען נישט צו באצאלען מארגעדזש.
און נאכדעם?
הייזער פאלען ווי פליגען.
און נאכדעם?
פרייזען פאלען.
און די עקאנאמיע גייט קראכען, די שאלה איז נאר ווען.
די שאלה איז נאר ווען.
די סטארק מארקעט קען ארויף גיין סטעדי, און די עקאנאמיע קען קראכען מכמה סיבות.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 07:00 |
|
| |
מען קען מיינען אז אין די אכציגער יארען איז יא געווען ווי צו וואוינען, ריל עסטעיט איז געווען פונקט אזוי משוגע ווי יעצט.
אבער ווען דער ריסעשאן האט זיך אונגעהויבען האט קיינער נישט געזוכט צו קויפען. קודם ווייל רוב מענטשען האבען פארלוירען זייערע אינוועסטמענט'ס אין אפילו די וואס האבען געהאט האבען געזוכט בעסער'ס
ווייל דער סדר העולם איז צו קויפן ווען עס איז טייער און פארקויפען ווען עס וועלט ביליג.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 20:27 |
|
| |
אין די אכציגער יארן ביי די רעסעסיע, איז די ריעל עסטעיט אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג נישט געפאלן, עס איז טאקע נישט געשטיגן, אבער געבליבן סטאביל.
אידן האבן געהאט אינוועסטמענט בנינים אין (דעמאלס) שוואכע געגענטער ווי הארלעם, רעד הוק, סאוט בראנקס, נארט סייד און סאוט סייד וויליאמסבורג, קאנארסי וכדו'. און פיל פון די מענטשן האבן געלאזט זייערע אינוועסטמענט פראפערטיס גיין קראכן, נישט קענענדיג דעקן אפילו די טעקסעס.
אין בארא פארק גופא וכן בוויליאמסבורג, האט מען אין יענע יארן קוים געהערט פון פארקלאוזשערס, ראשית ווייל אידן העלפן איינער דעם צווייטן, מ'עט אים נישט לאזן אויף די גאס, שנית ווען איינער קען נישט עפארדן זיין גרויסע הויז, וועט ער עס פארקויפן פאר די וואס קענען זיך יא ערלויבן (אפילו אין שווערע צייטן ח"ו). און ער וועט נעמען א קלענערס. און דאס איז געווען טראץ דעם וואס דער דעמענד דענסטמאל איז ווייט נישט געווען ווי היינט.
דאס איז דער פשט פון א פלאץ ווי דער דעמענד איז פיל פיל מער ווי די סופליי, וויאזוי מ'וועט עס נישט דרייען וועט אלעמאל זיין דערפאר א מארקעט.
דער רבוש"ע זאל נאר העלפן, עס זאל צו קיין רעסעשאן נישט קומען, און מיר זאלן זיך שוין זען מיט משיח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 20:35 |
|
| |
בארא פארקער
לכאורה ביזטו זייער גערעכט.
איך זאג לכאורה, ווייל ווען מ'רעדט פון די גוי'אישע גאס, פון די אלגעמיינע ריעל עסטעיט מארקעט, איז טאקע דא דער פראבלעם, אז ריעל עסטעיט איז איבערגעטריבן און דערנאך כאפט עס א זעץ.
אבער, ווען מ'קאנצענטרירט זיך אויף די אידישע היימישע ריעל עסטעיט מארקעט, איז לכאורה נישט דא קיין שום פראבלעם אז דאס וועט פארקומען.
1) די אידן קויפן נישט קיין דירות אין די היימישע געגענט פאר אינוועסטמענט א.ד.ג. און אויב די אינוועסטמענט טויג נישט פאלט עס - ניין.
אחינו בני ישראל, ווען זיי קויפן א דירה אין פלעטבוש, בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל, איז עס ווייל זיי מוזן דארט וואוינען. זיי מוזן וואוינען לעבן זייער מאמע/שוויגער.
דער מציאות איז אז אויב מען מוז וואוינען אויף א פלאץ, איז קיינמאל די פרייז נישט צו טייער. און וויפיל דער סוחר וועט נאר בעטן וועט מען צאלן, ווייל קיין אנדערע ברירה איז נישט פאראן.
און די אידישע סוחרים ווייסן דאס אמבעסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 02:48 |
|
| |
געהערט פון א בדחן (כמדומני נפתלי פוקס - ב"ב):
שוין 3 וואכען וואס איך שלאף נישט אינדערהיים נאר אין ביהמ"ד, לעצטנס האב איך געהערט אז די סוחרים זאגען אז דירות גייען פאלען - איך האב פשוט מורא צו שלאפען אינדרהיים...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 05:09 |
|
| |
בן מלך
אויב די ביסט שוין יא אזא מבין,
איז פארוואס איז ריעל עסטעיט אין בארא פארק, געפאלען פאר צען יאר צוריק אויף דער העלפט?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 06:30 |
|
| |
בארא פארקער, זיי נישט ברוגז, איך האב געזוכט צו קויפן אין בארא פארק א פשוטע 2 פעמילי הויז פאר בערך צען יאר צוריק, און די פרייזן זענען נישט געווען ווייניגער ווי פריער.
דאס איז ריכטיג, אז די פרייזן זענען א שיינע שטיק צייט כמעט געשטאנען אויף איין פלאץ (חוץ געוויסע הייסע גאסן ווי ס'איז יא ארויף אפילו אין די אכציגער יארן). און אין די מיטעטלע ניינציגער האט אלעס אנגעהויבן ארויף שיסן מיט די פרייזן ווי א ראקעט.
בדרך אגב, איז דעמאלס געווען א מעגליכקייט צו קויפן פיל הייזער פון גויים פאר אביסל ביליגער. דאס האט זיך היינט געטוישט. וואו די געבליבענע פארעקשן'טע איטאליענער זיצן פון איין זייט. און די כינעזער מתנחלים נעמען איין מיט א שנעלקייט די גאנצע גרעניץ פון ניינטע-אכטע עוועניוס, ולמעלה בקודש, בכסף מלא. איז שוין נישט דא ווי צו קויפן, נישט נאר פאר ביליג, נאר אפילו פאר טייער.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 19:12 |
|
| |
ר' בן מלך
אבער די ווייסט נישט וואס די רעדסט, פרייזען פין הייזער געפאלען פאר בערך צען יאר צירוק. אפשר האסטו דעמאלס אנגעהויבען זוכען, ממילא געדענקסטו נישט ווי עס איז אמאהל געווען מער.
אדרבה, יבואו ויגידו, ווער געדענקט צו פרייזען זענען געפאלען בשעת די ריסעשאן אין ב"פ.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 19:42 |
|
| |
אבער נאך ווי.
שאל אביך ויגדך
איך געדענק ווי איינער א עלטערע איד האט גיוואלט פארקויפן זיין הויז אויף 14 עוו. און 53 סטריט ער האט לכתחלה גיבעטען 800,000 דאללער ער האט באקומען אן אפפער פון 775,000 אזוי איז עס געגאנגען אראפ און אראפ
למעשה האט ער דאס פארקויפט א פאר חדשים שפעטער פאר ווייניגער ווי 600,000 דאללער.
א מרחק פון איבער 200,000 און א פאר חדשים.
ווער געדענקט און די 70גער יארן ווען מענטשען זענען אנטלאפן פון די הייזער?
די שטאט האט נאך לעצטענס פארקויפט הייזער-לאטס וואס מענטשען האבן גילאזט אויף הפקר און די 70גער יארן
די מענטשען האבן געזאגט פאר די באנק נעם דיר די הייזער די באנק האט נישט גיהאט פאר וועם צו פארקויפן קיינער האט עס נישט גיוואלט די באנק האט געמאכט א רייטאף
די שטאט האט נישט באקומען די טעקסעס איז עס געווארן די שטאטס.
ווער געדענקט טעקסעס און די 80גער יארען?
מיט די S&L קראך, די זעלבע מעשה.
לאמיר בעסער נישט טראכטן וואס עס קען פאסירען.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 21:00 |
|
| |
אין די אכציגער יארען איז א הויז ווערט געווען קנאפע א האבל מיליאן דאלער אין באראפארק.
אבער בערך 1989 ביז יארען שפעטער האט מען געצאלט בערך 180 ביז צוויי פופציג.
|
|
|
|
|