בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

* * * * * * * לעילוי נשמת * * * * * * *

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/9/2005 18:21 לינק ישיר 
* * * * * * * לעילוי נשמת * * * * * * *


יעצט איז אפשר א צייט פאר התבוננות

לאמיר זיך אלע פארנעמען צו פארמינערן די בלוטיגע מחלוקת'ן דא אויפן פורום, און זאל דאס שוין דינען לעילוי נשמת די נשמות הקדושות וואס זענען אוועקגענומן גווארן פון אונז אין די פארגאנגענע צוויי חודשים, עליהם השלום

ר' משה גראס

ר' אברהם ווייס

ר' זאב ברוך טייטלבוים

פיגא טייטלבוים

ר' ? גאלדענבערג

סקולענער רביצין

ר' משה יודא לעבאוויטש

וויינשטאק, א צוויי יעריג קינד

מרת פריעדמאן

א לאנדענער בחור ביים כותל

א לאנדאנער בחור אין לאנדאן עקסידענט

א בחור אראפגעפאלן פון בוים

א בחור פארברענט און קעמפ

א קינד אין מאנראו,




ליידער איז דער ליסטע נישט פארטיג, איך קען שוין נישט מער!

ובזכות זה זאלן מיר געהאלפפן ווערן מיט א ריכטיגע גאולה וישועה כללית ופרטית אמן




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2005 18:30 לינק ישיר 


יעצט איז אפשר א צייט פאר התבוננות

לאמיר זיך אלע פארנעמען צו פארמינערן די בלוטיגע מחלוקת'ן, לאמיר זיך פארנעמען, נישט נאכצושרייען קיינעם ווען מען זעט א איד טראגן אום שבת מיטן עירוב וואס זיין דיין האט עם געפסקט אז דער עירוב איז כשר און ער מעג טראגן, און זאל דאס שוין דינען לעילוי נשמת די נשמות הקדושות וואס זענען אוועקגענומן גווארן פון אונז אין די פארגאנגענע צוויי חודשים, עליהם השלום

ר' משה גראס

ר' אברהם ווייס

ר' זאב ברוך טייטלבוים

פיגא טייטלבוים

ר' ? גאלדענבערג

סקולענער רביצין

ר' משה יודא לעבאוויטש

וויינשטאק, א צוויי יעריג קינד

מרת פריעדמאן

א לאנדענער בחור ביים כותל

א לאנדאנער בחור אין לאנדאן עקסידענט

א בחור אראפגעפאלן פון בוים

א בחור פארברענט און קעמפ

א קינד אין מאנראו,




ליידער איז דער ליסטע נישט פארטיג, איך קען שוין נישט מער!

ובזכות זה זאלן מיר געהאלפפן ווערן מיט א ריכטיגע גאולה וישועה כללית ופרטית אמן





תוקן על ידי - מקוה_איד - 12/09/2005 1:52:36



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2005 18:55 לינק ישיר 

לייידער זענען סך הכל דא 2-3 שמוציגע בעלי מחלוקת דא, רוב אנדערע זענען נאר דא פאר דע מה שתשיב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 00:40 לינק ישיר 


סהדי במרומא
מיינע מחשבות זענען געווען ריין פון יעדן פאליטיק ביים שרייבן די פריערדיגע תגובה.

על כיוצא בזה נאמר "ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"

ווי איר זעהט האב איך שוין לאנג אויפגעהערט שרייבן פאליטיק און קריטיק און שטעכערייען, ווייל בין אדם לחבירו איז זייער הארב, ביי די געלעגנהייט בעט איך איבער יעדן דא ברבים וואס כ'אב אמאל מצער געווען מיט אונאת דברים.

איך האף ס'וועט זיין דברים היוצאים מן הלב שנכנסים אל הלב

א דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 00:45 לינק ישיר 

יאנקעלע, פארקערט:

לאמיר זיך פארנעמען צו אויפהערן מחלל שבת זיין און אויפהערן צו טראגן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, וואו ס'איז נישטא קיין כשר'ער עירוב, און וואו קיין שום דיין גיט נישט קיין היתר צו טראגן היינט צוטאגס, און אפשר אין זכות פון שמירת שבת וועלן זיך די צרות אפשטעלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 01:10 לינק ישיר 

זיסקייט, ביסט זייער זיס,
נעם דיך פאר נישט צו ניצן קיין מארוקאנער אתרוגים, ווייל דער קלויזנבורגער רבי האט געהאלטן אז דאס איז נישט כשר, נעם דיך אינטער נישט צו ניצן קיין בהמה פלייש, ווייל דער קאשויער רבי האט געהאלטן אז דאס איז חלב דאורייתא, פארוואס דארף דער קלויזבורגער חסיד נאכטאנצן נאך די סאטמארע פסקים, ווען סאטמאר לאכט פון יעדענס פסק, דער קלויזבורגער האט געאסרט צו טרינקען ביר אן קיין הכשר, און אין סאטמאר ניצט מען דאס כסדר, דער סאטמארער בוטשער פארקויפט גיהעריג רינדערן פלייש אקעגן דעם מפורשן פסק פון קאשויער רב זי"ע.

למעשה דארף יעדער איד טוהן אזוי ווי זיין דיין פסק'עט
און קיינער טאר נישט פארווארפן פאר יענעם פארוואס ער פירט זיך אזוי, ווייל ועשית ככל אשר יורוך, איז געזאגט געווארן אויף דעם אויך,

אינמיטן זומער בשעת די מוראדיקע אומגליקן האב איך געהערט פון א חשובן רב אז ער האט מורא אז דער חרון אף איז אזוי גרויס ווייל מען האט מבזה געווען און משפיל געווען די רבנים הגאונים מתירי העירוב, מען האט אויסגעריסן א גאנצע מסכת פון ש"ס און מסכת עירובין האט זיך אנגענומען פאר זייער כבוד, איך האב עם נישט געקענט אפווענדן.

איך אלץ סאטמארער חסיד, טראג טאקען נישט ווייל מיינע דיינים האבן אזוי געפסקט, אבער מיין שכן דער קלויזבורגער איז נישט ווייניגער ערליכער איד פון מיר ווען ער פאלגט זיין דיין און טראגט יא, ווען מיין אנדערער שכן פון אקעגן איבער קומט אהיים מוצאי שבת פון וויזניצער בית המדרש מיט זיין קאר, ווען ביי אונז אין סאטמאר איז נאך שבת, איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן עם נאך צושרייען "מחללי' מות יומת" און אז ער איז א מחלל שבת בפרהסי-ה, נאר איך האב געוויסט אז ער טיט ווי זיין רבי האט עם געהייסן און געלערנט, און איך טי ווי מיין רבי האט מיר געהייסן,

און דאס דארף מען זיך פארנעמען צו טוהן לע"נ הנעדרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 01:14 לינק ישיר 

גיפערלעך, איך בין בכלל נישט מחולק מיט דיר, איך האלט אויך אז ס'איז דברים היוצאים מן הלב, און אז די מחלוקת'ער מוזן זיך אויפהערן, איך האב נאר געגעבן א ביישפיל פון איין מחלוקת וואס דארף זיך לדעתי אויפהערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 01:19 לינק ישיר 

ביטע עפענען אן אנדערע אשכול זיך צו טענה'ן וועגן עירוב און בחירות. און לאזן דעם אשכול דערגרייכן זיין ציל. אפשר וועט עס דאך ביי איינעם עפעס אויפטוהן, עס איז שוין טאקע צייט אביסל נאכלאזן פון מחלוקת ואונאה, עס איז חודש אלול, און דער שופר הילכט שוין אין גרויסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 01:25 לינק ישיר 

בןמלך, וואס איז דער ציל פון דעם אשכול??????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 01:51 לינק ישיר 

יענקעלע זיסער, גיי ארויף צום ערשטן הודעה מיט וואס דער אשכול האט זיך געעפנט דורך "געפערליך". דארט שטייט זייער קלאר וואס עס איז דער ציל פון דעם אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > * * * * * * * לעילוי נשמת * * * * * * *
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext