בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נייע "היימישע" ישוב אין די מאונטענס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/9/2005 02:09 לינק ישיר 
נייע "היימישע" ישוב אין די מאונטענס

מיט גרויס פרייד קענען מיר מעלדען אי"ה אז גאר בקרוב גייט געבויט ווערען א נייע "היימישע חסידישע ישוב" אין די קעטסקיל מאונטענס ממש אין די געגענעט פון אלע היימישע קאנטריס ווי מער פון צוויי חדשים א יאהר איז פיהל מיט אלע היימישע קעמפס, קאנטריס, בתי מדרשים, מקוואות, געשעפעטן וכדומה.

עס איז נאך צו פרי צו שרייבען פונטקליכע פרטים וד"ל. אבער ביז אפאר וואכען וועט געמאלדען ווערען אלע פרטים.

======================================================

ווי איעדער פארשטייט איז די מצב פון "דירות" (נישט הייזער...) ממש נישט אויסצוהאלטען.

אין בארא פארק איז מיטאמאהל דא ווי זיך אויסצושפרייטען. אונטער א מיליאן דאלאר באקומט מען גארנישט.

אין מאנסי... יא... פאר $650 קען מען אפשר באקומען א פערציג יעריגע הויז, אריינלייגען נאך א הונדערט אלפים און צאלען צען אלפים פראפערטי טעקס א יאהר. דאס איז שוין נישט קיין גוזמא. מיט צעהן יאר צירוק האט מען נאך געקענט קויפען די שענסטע הויז אין מאנסי, אבער נישט היינט. "אויסערען געגענט" ווי למשל Upper Saddle River קאסט שוין היינט א הויז איבער זעקס הונדערט טויזענט.

די איינציגסטע פלאץ ווי מען בויט נאך איז וויליאמסבורג. און יא... פאר א האלבען מיליאן באקומט מען אויפען פערטען שטאק ווייניגער ווי 2,000 square feet נישט מיט פענסטער אין אלע שטובער, אסאך שכנים אויפען קאפ, אהן א שטיקעל לאנד... בעק יארד וכדומה, דאס הייסט נישט געלעבעט.

======================================================

א היימישע משפחה וואס רובם ככולם האבען גרויס משפחות דארפען א שיינע ליכטיג הויז. נישט קיין פענסי הויז מיט לוקסוס, נאר א גרויסע ליפטיגע הויז:
- לכל הפחות 6-7 בעדרומס
- פענסטער אין איעדע שטוב
- א גרויסע Play Room וואס איז א must! דאס האלט זויבער און רואיג די גאנצע שטוב. מען פארמאכט די אויפגעווארפענען שפיל צימער און שלום על ישראל.
- א "גרויסע" Laundry Room נישט קיין Laundry Closet. א laundry room דארף האבען א גרויסע "הויכע ברייטע" טיש (counter) צו צאמלייגען וועש, אריינגעבויטע Laundry Racks פון פארשידענע הויכקייט אויסצוהענגען וועש וכדומה. די היימישע בעל הבת'יטע פארברענגט דאך אסאך שעות דארט...
- א פסח קאך
- א ספרים שטוב ווי די טאטע קען האבען אביסעל הרחבת הדעת

איך רעדט נישט איצט פון אביסעל Extras ווי למשל:
- א Built In סוכה
- א garage ווי מען קען עפעס פאריכטען וכדומה.

======================================================

מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעהם ווילאמסבורגער-בארא פארק געדרענגט אז מיר ווייסען שוין נישט וואס מיינט לעבען נארמאהל פאר א סאך ביליגער!

די שטאט ניו יארק איז קלאר א "ארץ אוכלת יושביה!" עס איז געמאכט אדער פאר אינגע single hippies אדער פאר גאר רייכע מענטשען וואס קענען זיך ערלויבען צו וואוינען אויף Park Ave און צאלען פאר א Nanny און פאר אלע זייערע פריוואטע Health Clubs.

ניו יארק סיטי איז נישט אויסגעהאלטען בגשמיות וברוחניות...

======================================================

באמת טוען שוין עסקנים א לאנגע צייט אין דעהם. די מערסטע באקאנט איז דאך די "איחוד הקהילות". עס קומט זיי גאר א סאך קרעדיט.

נאר פארוואס איז נאך גארנישט געווארען....? איך וויל נישט רעדען ווייל אפשר גייט זיך עפעס מאכען גאר בקרוב. זיי לייגען באמת אריין אסאך ארבייט לטובת הציבור.

צירוק צום פוינט... מבינים זאגען אז א נייע ישוב איז שווער אהנצוהייבען מיט פינעף טויזענט דירות. עס איז נישט דא די פלאץ פאר דעהם within 2 hours of NYC און ווי יא דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם אז די לאקאלע איינוואוינערס "ברויכען אונז נישט האבען".

======================================================

די קאנטרי געגענט...

אלע מבינים און עסקנים זאגען אז sooner or later וועט ווערן א נייע ישוב אין די היימישע קאנטרי געגענט. פארוואס...?
- אלע היימישע מוסדות און קהילות פארמאגען דארט "לאנד".
- זייער אסאך בעלי בתים האבען דארטען Winterized Weekend Homes
- עס איז דא אסאך "פרומע" אידען דארטען שוין א גאנץ יאר
ווי למשל, ישיבה פון South Fallsburg, וויזניץ, ועוד ועוד ועוד. עס איז דא א פרומע קהלה און וואודרידש בערך 5 מינוט פון ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א'ס שוהל. עס איז דא א הערליכע אידישע קהלה שוין פאר יארען לאנג אין עלענוויל, ועוד.
נאר וואס דען... עס וועט נישט זיין איין "גרויסע" ישוב פון 5,000 הייזער. עס וועלען זיין קלענערע דעוועלפאמענטס פון בערך 300 הייזער אויף איין פלאץ. איעדע הויז וועט זיין אויף בערך איין אקער לאנד.

======================================================

עס ווערט יעצט גאפלאנט פיר נייע דעוועלעפענטס אין די היימישע קאנטרי געגענט, וואס איעדע פון זיי וועט זיין אפאר הונדערט שיינע רחביות'דיגע הייזער. איעדע דעוועלאפמענט פאר זיך וועט זיין ווי א "געגענט", מיט זיין אייגענע ביהמ"ד, גראסערי וכדומה. אלע דעוואלאפמענטס וועלען זיין גאר נאנט איינס צום צווייטען ווי למשל צוויי געגענטער אין מאנסי.

די ערשטע ישוב וועט ענטהאלטען בערך 300 הייזער.

די גאנצע נייע ישוב איז אזוי אויסגעשטעלט פאר די באדערפעניש פון א היימישען שטעטל. די הייזער וועלען אלע געבויט זיין אין זייטיגע שטילע געסלעך. פון פארענט וועלען זיי אלע זיין נאנט אזוי אז ווען מען וויל גיין בארגען פון א שכן וכדומה.

די קהל'ישע בנינים ווי די ביהמ"ד, מקוה, תלמוד תורה, גראסערי סטאר וכדומה וועלען אלע זיין אין צענטער פונעם ישוב נישט מער ווי פינעף מינוט וועג צו גיין.

======================================================

די הייזער צו פארקויפען:

די הייזער וואס מען גייט בויען וועלען זיין געבויט שיין, גרויס און רחבות'דיג. אלעס וועט זיין אזוי אויסגעשטעלט אז עס וועט זיין א הרחבת הדעת.

די פלענער זענען צאמגעשטעלט געווארען פון די בעסטע ארכיטעקטס אין דעהם געביט. גרויסע מומחים האבען געלייגט א גרויסען דגוש, נישט אזוי ווייט אויף לוקסוס וואס קומט נישט צוניץ ווי אויף עס זאל זיין שיין, גרויס און ליכטיג, איש על מחנהו ואיש על דגלו.

======================================================
ווי שוין געשריבען איז צו פרי צו שרייבען מער פרטים וד"ל. מיר וועלען אי"ה שרייבען מער פלענער ביז א פאר וואכען.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 04:17 לינק ישיר 

וואס וועט געשען אויב עס וועלן יא אדורכגיין דארטן די קאסינאס ח"ו?
דעמאלטס וועט מען גיין זוכן א פרישן ישוב?
(אפשר וועט מען דעמאלטס "אנטדעקן" וויליאמסבורג...?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 04:19 לינק ישיר 



בארא_פארק


א ווי עס גייט די שפריך ווארט

פון אייער מויל צו גאט'ס אויערן


אבער כסף מנלן? אז מען וואוינט עטליכע שטונדען פון שטאט ווי וועט דער עולם גולם טרעפן א דשאב...



תוקן על ידי - rotzer - 12/09/2005 4:19:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 06:23 לינק ישיר 

אז ס'וועלען זיין קאסינאס וועט מען זיך איינהאלטען און נישט אהינגיין!

וועם וועט מען אריינלאזען אהין, נאר שטריימל אידען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 15:49 לינק ישיר 

איך האב באקומען אסאך אהנפראגעס אין אישי...

קודם כל קען איך נאך נישט צופיהל שרייבען וד"ל. אבער ביז בלויז בערך פיר וואכען וועט מען קענען אי"ה שרייבען אלע איינצעלהייטען.

בנוגע די קשיות:

עס איז צו ווייט פון די שטאט:
יא, אויב האט איהר א job אין די שטאט וועט זיין שווער צו זיין אויפען ראוד איעדען טאג 5 שעה. ממילא, די ערשטע פאזע הייזער זוכען מיהר (און מיר האבען שוין אסאך) מענטשען וואס קענען ארבייטען פון שטוב (אינשורענס בראוקער, טרעוועל אגענט, אי בעי סעללער וכדומה), בעלי בתים וואס וועלען ברענגען פאבריקען קיין מידעלטאון אדער מאנטיסעלא און קענען געבען פרנסה פאר פינעף זעקס אינגעלייט, ווי אויך געשעפט איינגעטומער (גראסערי וכדומה). ווי אויך וועלען מיר האבען כלי קודש, מלמדים, מורי הוראות וכדומה.

די ערשטע group פון משפחות מיט וועמען מיר ארבייטען יעצט איז בערך 30 פראצענט כולל אינגעלייט, 10 פראצענט כלי קודש, 50 פראצענט אינגעלייט מיט בעלי בתים וועלכע וועלען האבען די ארבייט "אין שטוב" אדער וועלען ברענגען זייער איצטיגע אדער אויפמאכען א נייע ביזנעס "אין געגענט" (נישט אריינפארען קיין ניו יארק סיטי, נאר קיין מידעלטאון, מאנטיסעלא וכדומה".

עס איז דא א הערליכע אידישע קהלה אין עלענוויל שוין באלד הונדערט יאר.
http://www.ezrathisrael.org/
יארען לאנג האט דארט משתמש געווען ברבנות די באקאנטע "ראביי אייזנער" ז"ל.

זיי זענען ווי א קהלה פון דערהיים. האבען א רב, חזן, מקוה טהרה און אפילו א בית החיים. זיין זענען אינגאנצען זעלבשטענדיג.

לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי נישט קיין בעסערע מענטשען, זיי זענען mostly blue collarארבייטער, נישט קיין professionals. זיי פארען נישט קיין ניו יארק סיטי פאר jobs, זיי זענען אלע locals. בקיצור, די זעלבער ווי רוב חסידים (איך מיין נישט אין אידישקייט... זיי האבען זייער דרך וואס זיי האבען, איך מיין צו זאגען בנוגע jobs זענען זיי ווי די חסידים, ביטע קומט מיר נישט מיט שטותים אז זייערע קינדער שפילען ball אין gym). נו... פארוואס דארפען מיר זיין געשטראפט? ווייל מיר זענען חסידים? פאקט איז אז פארען חסידישען וועג פון לעבען, סיי בגשמיות און אוודאי ברוחניות איז א שטעטל לעבען אסאך מער צוגעשטעלט.

בנוגע קאסינאס:
די קאסינא איז לכל הפחות 5-10 מייל צו "רוב" קאנטריס (כאפטס מיר נישט ביים ווארט, עס קען זיין איינצעלנע נענטער), און אסאך ווייטער צו כמעט אלע קאנטריס. נו... אויב האט איר א געמבלינג פראבלעם, קומט טאקע נישט אהער ווייל מיר וועלען אייך נישט קענען אפהאלטען. אבער אויב האט איהר א "יצרו תקפו" פראבלעם דאן וואינט נישט אין ניו יארק סיטי. די שטאט איז דאך פיהל מיט אלע תועבות...

עס איז כדאי אהנצומערקען אז די מאונטענס איז שוין פיהל מיט מער פון טויזענט "ווינטערייזט זומער האומס". זענט איהר אמאהל געוועל אין וואלמארט ערב שבת חנוכה אינמיטען ווינטער? פיהל מיט "היימישע" אידען.

Constructive Critic איז אייביג welcome, אבער ביטע נישט שרייבען סתם שטותים.

עס איז פארשטענדליך אז נישט איעדער איינער קען מופען צו א נייע ישוב. מען הערט אסאך "עס איז צי ווייט". איז די פראגע "צו ווייט פון וואס"? גרינ'ס פיצא סטאר? דודי'ס עלעקטראניס? עס איז א נייע היימישע ישוב וואס וועט האבען "אלעס" וואס מען דארף אויפציצוען ערליכע אידישע דורות ברוחניות ובגשמיות.

- עס וועט זיין א ישוב וואס אלעס וועט געטוהן ווערן "על פי תורה".
- עס וועט זיין א ישוב פון רואיגקייט מיט ישוב הדעת.
- עס וועט זיין א ישוב געבויט לויט אלע געזעצליכע רעגולאציעס.
- עס וועט זיין א ישוב ווי איעדע הויז וועט זיין אויף לערך איין אקער לאנד, איש על מחנהו, ואיש על דגלו.
- עס וועט זיין א ישוב ווייט פון די אומריינע לופט פון די שטאט.
- עס וועט זיין א ישוב גענוג נאנט אז אויב וויל מען קומען פאר א שבת, שמחה וכדומה איז עס נישט אין די הרי אררט.

בקיצור... ווען די אידענע וועט שניידען צוויבעל וועלען נישט אלע שכינים וויינען.

תוקן על ידי - בארא_פארק - 12/09/2005 16:06:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 17:34 לינק ישיר 

הלואי בארא פארק, לו יהי כדבריך...
דער מצב פון דירות אין כמעט אלע היימישע געגנטער איז אומדערטרעגליך, נישט קיין דירות נאר לעכערלעך פארקויפט מען פאר טייער געלט, און וואויל פאר דעם וואס וועט דאס קענען דורכברעכן.
אבער מ'דארף זיין רעאליסטיש, נישט מיט די קאפ אין וואנט אריין.
עס זענען דא עטליכע וויכטיגע אישוס וואס דארפן ערלעדיגט ווערן בעפאר מ'טראכט פון אנהייבן אזא אונטערנעמונג ווי מוסדות התורה, (נישט איין ת"ת און איין מיידל סקול, וואס וועט נישט קענען אויסארבעטן אפילו צווישן מענטשן פון זעלבן קרייז, עס דארף זיין עטליכע סטאנדארטן) בתי מדרשים ומקואות, באס טראנספארטאציע צו מאנרא, מאנסי, וומסב"ג ב"פ.
צום ערשט כמובן דארף מען זעען צי איז דא במציאות אזויפיל אידן זאלן קענען האבן דארט פרנסה. קרית יואל האט נאך היינט הונדערטער אינגעלייט וואס פארן יעדן טאג שעה'ן קיין ברוקלין און מאנהעטען להביא טרף לביתם. יעצט אז קרית יואל איז שוין "ריזיג" איז נאך אלס נישטא גענוג פרנסות פאר זיי אין די גאנצע אראנזש קאונטי אומגעגענט. אויב מופט מען ארויס אן א חשבון פאר די אלע אידן אויף פרנסה (אפילו ווען זיי גייען שוין ארויס פון כולל..) איז שייך צו זאגן בדרך אפשר, עס זאל ח"ו נישט פאסירן ביז אפאר יאר - אז אזוי ווי מ'קומט פון ארץ ישראל גאנצע עראפלאנען נאך געלט קיין ניו יארק, וועלן קומען באסעס נאך געלט פון די אויסלענדישע מאונטענס אידן צו די רייכע ברידער קיין ניו יארק סיטי??
(ח"ו היל"ת)
שנית- וויפיל קאסט היינט צוטאג צו הייצן א טיפישער בארא פארק אדער וויליאמסבורגער קאנדאמיניום, וועלכע שטייט מיט הייזער פארשטעלט פנים ואחור, הויכע הייזער קעגן איבער די גאס, הונטערן הויף איז די בעק פון אנדערע הייזער, און דער הויז איז אינגאנצן באהאפטן איין הויז צום צווייטן, אדער סעמי עטעטשד, מיט א שכן פון אונטן און פון אויבן וועלכע הייצן אויך די דירות?? זיי דאס מברר.
אצינד, נעם א קאלקיולעיטאר און רעכן אויס: אין א פלאץ ווי די קעלט גרייכט צומאל צען און צוואנציג גראד פארענהייט אונטער די ניו יארק סיטי טעמפעראטור (מיט די ווינד-טשיל), און דערצו זענען די הייזער בדרך כלל האלץ, נישט דאפלט ציגל ווי אין ברוקלין, און די הייזער זענען אפען פון "אלע ארבע רוחות". רעכן ביטע אליין אויס וואס די הייצונג בילס וועלן קאסטן.
דערנאך הייבט זיך אן מיט הוצאות טראנספארטאציע, מ'גייט בשום אופן נישט אפהאקן מיט די משפחה אין ניו יארק! עס וועט בדרך הטטבע אין 21'סטן סענטורי נישט פאסירן. פארשטענדליך, נישט יעדער וועט אריינקומען 'כאטש צו איין חנוכה פארטי', נישט יעדער וועט קומען צו א ברית אדער וואך נאכט פון "יעדן" ברודער/שוועסטער, בר מצוה אדער פדיון הבן. אבער יעדער וועט אריינקומען צו חתונות תמידין כסדרן, אזוי אז אין "העווי" חתונה סעזאן וועט לוינען פאר די משפחה צו דינגען א דירה'לע אין נ.י. פאר די ימי השמחה. אמווייניגסטנס דארף מען רעכענען באס שפעזן אין גרויסן פארנעם, רוב וועלן מוזן האבן קארס פשוט צו קענען טראגן דעם קינד אין חדר אדער "לויפן" אין ביהמ"ד (אפילו די וואס אין ברוקלין דארפן זיי נישט קיין קאר) קען מען צורעכענען געז קאסטן, קאר סערוויסעס ועוד...
עס איז אויך צום האפן אז ביז א פינף צען יאר וועט שוין זיין אן אויסוואל פון קלאודינג געשעפטן און הוט סטארס אין די מאונטענס, ווי קליידער געשעפטן און פול ליין פון דריי גודס. אבער דערווייל, ווילאנג עס וועט גארנישט זיין מער ווי הבטחות, אדער איין געוויסע קליידער געשעפט וואס איז נישט יעדן צום הארצן, וועט מען אין מאסן פארן שאפינג קיין מאנרא און אויך ביז ניו יארק.
דאס איז נאר בקצה המטה אויפן שפיץ מעסערל...
פון דעם פאזיטיוון בליק, איז פארהאנען אויך פארשידענע גרויסע מעלות ברוחניות ובגשמיות. אבער מ'דארף מיט ישוב הדעת שוקל זיין שכרה כנגד הפסדה, עס זאל נישט חלילה זיין בבחינת בנין נערים סתירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 18:54 לינק ישיר 

איך פארשטיי אז דאס איז א free forum און אז איך בין נישט בעל הבית דא. דאך בעט איך נאכאמאהל אז מען זאל שרייבען צו זאך. ווי שוין געשריבען constructive critic איז זייער welcome. דאס מיינט אז אויב איינער האט א קשיא וועגען "וואס וועט זיין מיט טראנספארטאציע", מען קען דאך נישט אלע טרעפן ארבייט וכדומה. אבער ביטע נישט פראבירען צו שרייבען נאר ווי פינסטער עס וועט זיין. עס וועט ב"ה זיין גאר ליכטיג.

לכבוד בןמלך:
ביטע טוט אויס די שווארצע ברילען און טוט אהן די ווייסע ברילען (נעמט עס נישט פערזענליך. It is not my style to get personal).

איהר לייגט אראפ ווי כאילו אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק איז אזוי גוט, און וואס וועט זיין דארטען...

איך וועל פראבירען צו ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון...

בתי מדרשים, עס ברויך זיין אן אויסוואל... וכדומה...
ביטע ערווארט נישט אז די ערשטע פאר יאר וועט זיין מינינים פון 5 פארטאגס ביז 1 נאכמיטאג. עס וועט "נישט" זיין ווי רוב שטיבלעך אין די מאינטענס אין די וויקענדס. עס וועט נישט אויסקוקען ווי נועם אלימלך די ערשטע פאר יאר.

עס וועלען זיין בערך 4 מינינם איעדען טאג.

בנוגע הייצונג...
די חילוק פון למשל מאנטיסעלא ביז ברוקלין איז ווייניגער ווי 10 דעגרי רוב חדשים פון יאר. דאס איז נישט אבי גערעדט, מען קען זען די averages אויף
http://¬₪¸.www.weather.com

איר פרעגט וויפיעל קאסט הייצונג א קאנדא אין ברוקלין? עס ווענדט זיך ווער איז די builder... איך האב חברים וואס צאלען מער פון $500 א חודש ווייל דער בויער האט נישט נארמאל insulated און עס ציעט א קעלט פון אלע זייטען. עס איז דא קאנדאס אין ווילאמסבורג ווי מען צאלט לערך $90 פאר צוויי חדשים! דער בויער האט זייער גוט געבויט און די קאמפלעקס Faces South, די זון ווארעמט די גאנצע דירה.

Know your facts before you just make assumptions…
ציגעל איז די ארגסטע insulator, מה שאין כאן האלץ איז דאס בעסטע. א האלצערנע הויז גוט געבויט און גוט insulated איז די most fuel efficient.

בנוגע קומען שנארען קיין וויליאמסבורג:
זייט ווען זענען די אינגעלייט אזוי רייך אין וויליאמסבורג? רוב היימישע עולם האבען קוים אדורך צו שטופען די טאג. יא... עס זענען דא א פאר "גרויסע" עשירים. אבער "ועמך"...

מיר זענען נישט בלינד... מיר פארשטייען אויך אז פרנסה וועט זיין א פראבלעם. מיר פראבירען צו אדרעסען די אישות:
- ביליגע האוזניג
- ביליגע טראנספארטאציע
- מוסדות התורה
- בתי חינוך
- דיינים ומו"ץ
- גיטע מעדיקעל קעיר אין די געגענט
- געשעפטען

פארשטייט זיך אז נישט אלעס וועט גיין איבערנאכט. אבער ווי געזאגט די מעלות זענען מער ווי די חסרונות. די הרחבות הדעת פון א שיינע שטילע געגענט ווי מען קען אויפציען אידישע קינדער איז נישט אוועקצומאכען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 19:08 לינק ישיר 

יישר כח בארא פארק פארן ענטפערן. איך זע דו ביסט געווארן אביסל אנגעגריפן פון מיין תגובה, טראצדעם וואס איך האב זייער איידל געשריבן, פרובירנדיג ארויס צוברענגען, יא, די "נעגאטיווע חלקים" וואס מ'דארף "אויך" אינאכט נעמען בעפאר מ'באהאנדלט אזא מייסטער פלאן ווי אריבער ציען צו די בערג, און מ'דארף פון פאראויס אלעס אויסארבעטן נישט עפענען איין אויג און פארמאכן דאס צווייטע. אז מ'זאל נישט חלילה זיין קיין מאבדים עצמם לדעת. אבער דיין ענטפער זעט אויס אביסל סארקאסטיש און א טראפקעלע ווילד. אנטשולדיגט.
רוב תשובות האסטו זייער צו דער זאך געענטפערט, טראצדעם וואס דו האסט נאך געלאזט פיל גרויסע לעכער בכונס משקה.. און נישט געענטפערט וויאזוי די זאכן גייען געלעזט ווערן.
מיין ציל איז געווען טרקע דאס, איך וועל ארויס שטעלן די נעגאטיווע בליקן, און דו זאלסט איבערגעבן פאר דיינע משלחים די ענינים אז זיי זאלן דאס וויסן און געדענקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 19:12 לינק ישיר 


בןמלך'ל,

בנוגע די הוצאות פון טראנספארטאציע, אהין און צירוק אין שטאט אריין, צו חדר אדער שאפינג, וכדומה.

בין איך מציע, אז דער עולם זאל זיך אוועק לייגען 10 פערצענט פון די דיפרענץ אין פרייז פון די דירות, ספעציעל גע'אייגענט אויף דעם צוועק.

איך מיין אז דאס וועט דעקען דער הוצאה לו ולזרעו אחריו עד ביאת גואל צדק בב"א.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 19:19 לינק ישיר 

אויף די שאלה פון ווי וועט זיין פרנסה?

זייער פשוט עס וועלען זיין כוללים.

דא אין שטאט דרייען זיך הונדרעטער מענטשען אין די גאס וואס זייער פרנסה איז כולל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 19:48 לינק ישיר 

זשיד, ריכטיג געזאגט, אבער עס דארף אויך שטימען מיט דאלערס און סענט"ס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 19:51 לינק ישיר 

אז צוצאלען א מארגעדש אין ווילי דארף מען זעכציג טויזענט א יאר, און אין א שטעטל דארף מען צען טויזענט, קען מען פארדינען פופציג טויזענט א יאר ווייניגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 20:08 לינק ישיר 

דער חשבון שטימט מיטן מציאות, אויב צאלט מען מארטגעדזש אויף א הויז פון 150 טויזנט דאלער, אנשטאט 600 טויזנט, האט מען א האלבע פרנסה פראבלעם געלעזט.

פארשטייט זיך אז אביסל וועט אנקעל סעם אויך מוזן נושא בעול זיין...

און בנוגע הייצונג קאסטן אויב מען איז א שוואכער פארדינער איז מען בארעכטיגט צו היעפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 20:37 לינק ישיר 

בנוגע הייצונג.

עס איז דא א נייער סארט "אינסאלעישאן" וואס באשטייט פון "פאום", מען שפריצט עס אריין אינעם וואנט מיט א פייפ, און עס שפארט באלד 30 פראצענט אין הייצונג ביללס.

אין אלטע הייזער איז עס נאכנישט דא, דערפאר איז הייצונג טייער.

געוויסע בויערס אין וויליאמסבורג לייגן דאס שוין אריין אין די נייע דירות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2005 20:46 לינק ישיר 

הרב עפשטיין, איך האב געבעטן רעכענען דאלערס און סענטס. זאגזשע נאכאמאל, וויפיל צאלט מען א יאר אין ווילי? 60,000?
דאס קומט אויס 5000 דאלער א חודש. אפשר קענסטו אזא איינעם אין ווילי וואס צאלט דעם פרייז, און ער מוז וואוינען לכל הפחות אין די גרעטש בילדינג. ווייל א דורכשניטליכער אידישער מאן - וועלכער איז נישט קיין ארטיסט - אין ווילי אדער ב.פ. צאלט צווישן 1800 און 2200 א חודש פאר א גרויסע דירה, דאס איז בערך 25,000 א יאר. ביי די ביליגע דירות דארט.. דארט אין עולם הדמיון, גייט מען צאלן, וויפיל? 150,000? א רעטעך! חוץ אויב מ'גייט אריינלייגן דעם עולם אין די שטארק באליבטע פארבענקטע באנגעלויס...
רעאליסטיש גערעדט דארף א נארמאלע דירה - עס זאל זיך פאר דעם לוינען ארויס צו פארן אין די מרחקים - דארף עס זיין בערך 2000 סק פיס, וואס די קאסטן דאס אהער צו שטעלן איז לכה"פ זעכציג דאלער א פיס פאר קאנסטראקשאן (באזירט אויף מאנסי מאנרא קאסטן), צו דעם קומט צו פערמיטן צו בויען, עפרואוועלס צו קענען דארט וואוינען, צינזן פאר די באנק קאנסטראקשאן מארגעזדש, סוער ליינס און וואסער ליינס, ראודס, קהלישע בנינים ומוסדות התורה. וואס דאס וועט אלעס נכלל ווערן אין דעם פרייז פון יעדע דירה.
עס איז אוודאי נאך אלס פיל ביליגער אין די מאונטענס ווי דא אין ניו יארק, און הלוואי זאל זיך עס גוט איינגעבן. אבער צום ערשט דארף אלעס שטימען, אז נישט, וועלן אלע עולים שטיין אין די רייע אין אפאר יאר ארום זיך פותר חלום זיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2005 20:56 לינק ישיר 

פארוואס איז גארנישט געווארן אין פאראקעוועי קווינס? בעיסוואטער? דאס לייגט זיך מער אויפן שכל, ס'איז אין די סיטי, נישט ערגעץ אין די הרי אררט, הארט לעבן די פייוו-טאונס, ארום גענומען מיט צענטליגע אידישע קאמיוניטיס, דער A סאבוועי פארט דארט, און דאכט זיך מיר אויך דער LIRR, אויף אזא פלאץ וואלט איך געגאנגען אין אן אויגנבליק, אבער קעטסקילס? הממממ...שווערע מעשיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נייע "היימישע" ישוב אין די מאונטענס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext