| נשלח ב-12/9/2005 03:23 |
|
| |
אנדעקט: היימישע בעקעריי באקט אום שבת
לויט ווי איך הער האבען זיך די גרעסטע בעקערייען געווינדערט פאר א לענגערע צייט ווי אזוי ****** קען דעליווערן בייגלעך אין אנדערע מזונות אנגעהויבען פין ווילאמסבורג ביז אזש די Five Towns אין אלע געגענטער אינדערמיט ביז אפאר מינוט נאכען זמן מוצש"ק, ביז מען האט זיי נאכגעקיקט אין געכאפט ביים מעשה, די געבאקערייען האט זיך אנגעפאנגען אין סאמע שבת קודש רח"ל..........
איך האב באשלאסען נישט צו שרייבען די נאמען, דאס לאז איך פאר א צווייטען......
תוקן על ידי - איןבעיה - 12/09/2005 3:25:36
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 03:27 |
|
| |
ווי כ'הער האט טארטיקוב ביד''ץ געזאגט אז מען זאל נישט עסן פון די בעקריי -מ''מב,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 06:24 |
|
| |
וועט גיט די השגחה אויף די בעקעריי, און ווער האט געפאקט, און ווי אזוי האט מען זיי געפאקט?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:26 |
|
| |
אויב האט טארטיקובער בי"ד געהייסען נישט עסען, דארף מען דאך וויסען וועלכע בעקעריי....
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:38 |
|
| |
עס איז דא צוויי טארטיקאווער הכשרים.
איינץ פון טארטיקאב 55 ר' נפתלי מאיר באב"ד איז איינץ פון טארטיקאב 19 פון ר' יחיאל באב"ד.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:41 |
|
| |
מיט בערך א יאר צוויי צוריק האט זיך געדרייט צעטלעך אין ב"פ, אז גאר אסאך אידישע בעקערייען דארפן א גרויסן תיקון, הן וועגן די אינגרידיענטס וואס מ'נוצט, בנוגע ווער עס צינדט אן די אויווענעס, הפרשת חלה, און די גויים וואס פירן אן כמעט אליינס די אפעראציע.
איך מיין אז זייט דעמאלס איז אביסל בעסער געווארן מצד די גרויסע כשרות ארגאניזאציעס, מ'זעט אביסל אפטער די משגיחים, וואס ליידער פלעגן זיי קומען גאר זעלטן.
איך האב געהערט א טעיפ פון א בעל מכשיר, ווי ער ווארנט דעם עולם אז מ'דארף מהדר זיין צו נעמען פון א בעקעריי אדער רעסטוראנט וואס דער בעה"ב איז א שטארקער בר סמכא, און וואס מער אידישע ארבעטער ער האט אלס בעסער, ווייל מיט א בעה"ב א קל קען קיין שום השגחה נישט העלפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:43 |
|
| |
א בי"ד וואס גיט פארארדענונגען אין כשרות מוז זיין אז מ'מיינט זיכער דעם טארטיקובער בי"ד, ווייל ... והמבין יבין.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:53 |
|
| |
די זאגסט אז ר' יחיאל'ס הכשר איז שוואכע מעשיות?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 20:52 |
|
| |
דער רבנו יחיאל איז א שטארקער מחמיר אין נטילת ידים פאר מזונות ברויט
פארשטיי איך נישט וויאזוי האט ער געגעבן א הכשר איף מ"מב?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 20:54 |
|
| |
איך האב מורא אז ער ווייסט וויאזוי די "מזונות" ברויט ווערט געמאכט, דעריבער הייסט ער זיך וואשן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 16:16 |
|
| |
איך האב קיינמאל נישט געהערט קיין קריטיק אויף טארטיקובער השגחה, און בכלל איז נישט כדאי צו שרייבען זאכען אהן קיין מקור, עס זעהט שוין דא אויס באלט ווי אין מקוה, יאנקעל האט געזאגט אז ער רעדט פין מ"מב, און דער זאגט אז טארטיקוב האט געגעבען צעטליך, און דער זאגט שוין אז די השגחה איז טארטיקוב, און דער זאגט שוין אז ממילא איז דאך געדרינגען פין דעם שטיקעל היידפארק, אז עס איז דא ראי' מפורשת, אז רבינו יחיאל'ס השגחות זענען שוואך, איך הייב אהן צו האבען די טשילס ווען איך זעה מיט וואס'ר סארט מענטשען מען רעדט דא, א חברה בעלי דמיון וואס גלייבען אלעס, און שפעטער גייען זיי זאגען איך האב אליין געזעהן, ווי? אויף היידפארק!!
הגם, אויף ר' עמרם ראטה האב איך געהערט אז עס איז גאר שוואכע מעשיות. בכלל קען מען זעהן אז ער גיט השגחות אויף געשעפטען וואס די בעלי בתים האבען קליינע קאפלעך, אהן קיין השגחה תמידית. איך בין נישט דן זיין גאנצע השגחה, אפשר איז עס אויסגעהאלטען עפ"י הלכה, אבער די גאס איז גאר שטארק מרנן אויף זיין השגחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:23 |
|
| |
באראפארקער
you need to get out more.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:34 |
|
| |
באראפארקער, זעט אויס אז דו ביסט אריינגעקומען אין מקוה אינמיטן די מעשה, ביטע קוק איבער די תגובות אין די רייע, וועסטו זען אז דו ענטפערסט שלא מענין.
קיינער האט נישט געזאגט אז יענע בעקעריי האט טארטיקובער השגחה, איינער שרייבט אז "בית דין דטארטיקוב" לאזט נישט נעמען פון "יענעם" בעקעריי. אזוי איז פארצויגן געווארן א בענדעלע וואס האט אומוועלנדיג געגעבן א ציה דעם אנדערן טארטיקובער השגחה. און אויב דו האסט נאך נישט געהערט גארנישט שלעכט אויף די השגחה, מיינט נאך נישט אז די השגחה איז גוט. דא אין בארא פארק איז עס מער נוגע, ס'איז לאקאל, הערט מען אביסל מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:39 |
|
| |
ר' עמרם ראטה פרובירט זיך צו פארבעסערן לעצטנס. ער האט אראפגענומען השגחות פון צווייפלהאפטע פלעצער. און פרובירט זיך צוצושטעלן צו בעלי מכשירים מומחים וואס האבן פארלאנגט אז ער זאל אריינברענגן שינויים לטובה אין זיין כשרות אפאראט.
געהערט פון קראנטע מקורות.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:46 |
|
| |
בן מלך
וועלכע בעל מכשיר האסטו געהערט אויף א טעיפ?
דער פין מאנטקיסקא??
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 19:13 |
|
| |
איין זאך וויל איך דיר זאגען זאלסט גוט וויסען, ביזט פאקראכן פון די נושא -השגחה- די עיקר איז אז אנשטאט עס זאל ארויסקומען א ריזיגע קול קורא פון די רבנים אז מען טאר נישט עסען פון אזא בעקריי מאכט זיך קיינער נישט וויסענדיג. וואס טוסטו אז נעקסטע וואך טיט ער עס נאכאמאל
ליידער ליידער
עקבתא דמשיחא
|
|
|
|
|