בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וויפיל דארף א עושר אוועקטיילן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2005 06:05 לינק ישיר 
וויפיל דארף א עושר אוועקטיילן?

באמת איז דאס א שווערע פראגע, און די וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו אזא מצב מיינען אז זיי קענען דן זיין דעם עושר און אפמאכן אז כך וכך דארף ער אוועקגעבן און אז ער געט אוועק צו ווייניג, אדער גאר באקומט ער דעם נאמען אין שטאט אלס א קארגער. דער עושר פון די אנדערע זייט טראגט גאר אן אנדער בילד איבער דעם און האלט אז ער האט זיך אנגעפלאגט זיין גאנץ לעבן נישט כדי דער שנארער וואס האלט נישט ביים ארבעטן זאל אים דאס אזוי איינס צוויי ארויסשלעפן פון זיינע הענט...
אוודאי איז נישט אידישליך אזוי צו טראכטן, ווייל מיר ווייסן דאך אז דער עושר איז בלויז איינער וואס האלט אין זיינע הענט א פקדון וואס ער דארף געבן פאר די וואס נויטיגן זיך דערין. אבער וויפיל איז דער שיעור? וויפיל דארף ער טאקע אוועקגעבן און אויסליידיגן זיינע באנק אקאונטס?
מען קען, דאכט זיך, נעמען די ווערטער פון ריש לקיש אלס א ביישפיל, וואס האלטנדיג הארט איידער זיך געזעגענען פון דער וועלט האט ער געפרעגט זיין טאכטער וואס ער האט איבערגעלאזט אין שטוב און הערנדיג אז ער האט גארנישט איבערגעלאזט נאר עטליכע ירקות האט ער געליינט אויף זיך דעם פסוק: ועזבו לאחרים חילם (אין די ווערטער פון די גמ': כי נח נפשיה שבק קבא דמוריקא קרא אנפשיה ועזבו לאחרים חילם. גיטין מז.).
פון די גמ' קען מען ארויסלערנען עטליכע נקודות. צוערשט קען מען פון דעם ארויסלערנען אז ווען איינער בעט פון א צווייטן א טובה און קען עס אליינס טון איז גאר קיין מצוה אים דאס צו טאן, ווייל אנדערש וואלט מען געקענט פרעגן וואס האט זיך ריש לקיש אזוי געערגערט? ער האט דאך פארשפארט פון זיין טאכטער (וואס איך גלויב איז שוין אויך געווען בא בשנים) אז זי זאל זיך דארפן מטריח זיין. און אזוי קען מען ארויסדרינגען פון דעם אז וואס ווינציגער מען לאזט איבער אויף דער וועלט אלס בעסער איז.
קומט מיר נישט יעצט פארדרייען קיין קאפ אז מען דארף איבערלאזן דאס עשירות פאר די קינדער כדאי אז נאך די הונדערט און זעכציג זאלן זיי קענען מנדב זיין און אויפבויען גרויסע בתי מדרשים לעילו נשמתם, ווייל א פעני וואס מען טיילט אוועק בחייו איז פיל מער ווי טויזנטער דאלארן וואס מען געט לאחר פטירתו.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2005 08:35 לינק ישיר 


"אמר ר' אילעא, באושא התקינו, המבזבז אל יבזבז יותר מחומש כו' שמא יצטרך לבריות" (כתובות נ.)

"הני מילי מחיים, שמא ירד מנכסיו, אבל לאחר מיתה לית לן בה"
(כתובות ס"ז:)





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2005 16:24 לינק ישיר 

דאס איז הונדרעט פראצענט אז מען האט נישט קיין "חיוב" צו געבען מער ווי מעשר, אבער ווי באקאנט שטייט אין תניא, אז טאמער מען האט געזינדיגט איז דורך געבען צדקה איז מען מכפר די עוונות, ממילא גיט מען מער צדקה ווי א חומש אפילו, ווייל כל אשר לו יתן בעד נפשו.

אבער קיין חיוב איז נישטא מער ווי א צענטעל.

כמה פעמים ווערט געברענגט אז צדקה מוז מען נישט געבען, אפילו ווען אן ארימאן בעט צדקה, איז נישטא קיין חיוב אים צו געבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2005 18:24 לינק ישיר 

דער מחבר פסק'ט און אזוי אויך דער רמב"ם, אז ווען אן עני קומט נאך צדקה און מ'גיט נישט, איז מען עובר אויף דעם לאו פון לא תקפוץ את ידך וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2005 18:43 לינק ישיר 

אמת, אבער מען רעדט ווען ער האט נאך נישט געגעבען די שיעור וואס מען דארף געבען.
למעשה, ווען מען רעדט פין איינער וואס איז אן עני ממש, איז דא אן איסור אים אדורך צו לאזען און "גארנישט" געבען, אין רמ"א שטייט אפילו א גרוגרות, היות אבער מען רעדט נישט היינט פין איינער וואס קען ביישטיין צו נעמען א גרוגרות, איז מסתבר אן קיין איסור איז נישט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2005 20:51 לינק ישיר 

בארא פארקער, פיר אויס: להלכה ולא למעשה.
ווען איינער וויל וויסן די הלכה זאל ער פרעגן א שאלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2005 21:17 לינק ישיר 

קיינער האט נאכנישט מגיב געווען אויף די עצם ענין וואס כ'האב געשריבן, דהיינו, איך רעד נישט פון וויפיל דער חיוב איז. ווייל ריש לקיש גייט מען זיכער נישט שטראפן פארןאיבערלאזן אביסעלע גרינצייג, אבער מען וועט יא חרטה האבן פאר נישט געבן ווען מען האט געהאט, און קען זיין אז די קינדער וועלן אויפבויען און מנדב זיין אן א שיעור, דאס קומט אבער נישט צו ווען מען איז אליין מקיים מצות צדקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2005 22:19 לינק ישיר 

אגב,
ר' יאגעלע,
עס איז דא א של"ה וואס שרייבט אקעגען אוועקגעבען די גאנצע פארמעגען, ער שרייבט קלאר אז מען דארף זיך איבערלאזען די פארמעגען פאר ווען מען ווערט עלטער.

ער שרייבט אויך קעגען פארשרייבען די גאנצע פארמעגען פאר צדקה, און נישט פאר די יורשים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2005 22:47 לינק ישיר 

בן מלך
זאל זיין, "להלכה ולא למעשה"

למעשה זאל מען פרעגען בן מלך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 03:58 לינק ישיר 


יאגעלע וב"פ,

וואס עפעס א של"ה?

די תקנה פון חז"ל רעדט נישט צו ענק?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 04:01 לינק ישיר 

ר' זשיד טייערע,
לא הבנת, די של"ה רעדט וועגען פארשרייבען די ירושה פאר אנדערע נישט פאר יורשים, און אויך וועגען פארשרייבען די ירושה אויף צדקה לאחר מיתה - און נישט פאר די יורשים.

דאס האט גארנישט מיט תקנת חז"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 04:34 לינק ישיר 


אנטשולדיקט ב"פ, אבער זה לשונך...

<עס איז דא א של"ה..... ער שרייבט קלאר אז מען דארף זיך איבערלאזען די פארמעגען פאר ווען מען ווערט עלטער.>

שטייט דא א ווארט וועגען לאחר מיתה?

לויט וואס די האסט געשריבען (מהדורה קמא), זאגט ער פשוט וואס ס'שטייט אין גמרא, "שמא יצטרך לבריות".

אדרבה, החכימנו נא, וואס שטייט אין של"ה!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 04:40 לינק ישיר 

ווען איך וועל עס טרעפען וועל איך צוריק קומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 20:44 לינק ישיר 

דער חתם סופר שרייבט אז איסור העברת נחלה פון יורשים איז אפילו פאר הקדש {צדקה}

לדעתו אפילו מקצת נחלתו טאר ער נישט אוועקגעבן, אין אפילו אויב ער האט נישט קיין זון, נאר אנדערע יורשים.

דער תשב"ץ האלט אז אויב מען לאזט עפעס איבער פאר די קינדער {ד' זוז} איז נישט דא קיין איסור, ווייל עיקר איז נישט איבער צן לאזען די יורשים זאלען דארפען צוקומען צו צדקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וויפיל דארף א עושר אוועקטיילן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext