ברוכה הבאה : גברת "ריטא"
מיט אנגסט און מיט געמישטע געפילן, שטייען די איינוואוינער פון פלארידע והגלילות, אויפנעמען דעם אומגערופענעם גאסט, דער שטורמישער האריקעין המכונה ריטא.
פלארידא איז נאס און דורכגעווייקט פון די שווערע רעגנס, און די ווינטן וואיען און פליקן רעכטס און לינקס. די שטאטישע ווארטזאגער האבן געמאלדן אז יעצט איז צו שפעט צו פארלאזן דאס פלאץ, ווער עס איז דא איז דא, יעדער זאל איינזיצן מיט שפאנונג און ערווארטן דאס בעסטע.
אויך איז פאראויס געזען אז מרס. ריטא וועט אויפן וועג אהיים געבן א שווענק איבער ניו ארליענס צום געזעגענען, און דערמימט אויפפרישן זייערע זכרונות פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.
|
|