בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ויואל משה תמוה מאוד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/9/2005 22:41 לינק ישיר 
ויואל משה תמוה מאוד
מצורף קובץ

פון פרשת השבוע כי תבוא

אין ויואל משה מאמר יישוב ארץ ישראל

הרי שגם האוה"ח הק' גדול האחרונים הכריע מפשט הכתוב כדעת רש"י ז"ל שאין מצוה בישיבת ארץ ישראל ולא כדעת הרמב"ן

קוקטס אריין אין אוה"ח הק' די וואך
אויף דעהם ערשטן פסוק

(א) והיה כי תבא אל הארץ אמר והיה לשון שמחה (ב"ר מב ג), להעיר שאין לשמוח אלא בישיבת הארץ,...
שלישית ישיבת הארץ שהיא מצוה בפני עצמה כמו שמצינו כמה הפליגו רבותינו ז"ל במצות ישיבת הארץ (כתובות קיא):


אויך אין פרק ל פסוק כ'

(כ) ... ואומרו לשבת על וגו' - כאילו אמר ולשבת וגו', ודבר זה גם כן הוא מהשגת השלימות, כי ישיבת הארץ היא מצוה כוללת כל התורה, צא ולמד ממאמרם ז"ל (כתובות קיא) שכל ההולך בה ארבע אמות יש לו חלק לעולם הבא שכולו חיים:

אויך אין פרק י"ג פסוק ג' אין פרשת עיר הנדחת

(יג) לשבת שם לאמר אומרו לאמר, נתכוין למה שאמרו ז"ל (כתובות קיא) שיש מצוה לשבת בארץ כנען,


דער אוהח"ק פאררופט זיך אויף די גמרא כתובות וואס רעדט זיך בזמן הזה, די גאנצע שלש שבועות נעמט זיך פון דארט...די מחלוקת ר' זירא ור' יהודה הרבה לאחר החורבן.

ווי אזוי קען מען זאגן אז דער אוה"ח הק' האלט אז סנישטא קיין מצוה פון ישיבת ארץ ישראל

ער האט דאס פארזעהן? אדער בכוונה נאר געברענגט האלבע מקורות?



נכתב בחוץ לארץ לפני שב"ק




תוקן על ידי - baachi - 23/09/2005 22:47:47



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 22:47 לינק ישיר 

צע"ג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 22:51 לינק ישיר 

מקוהאיד

שוין ב"ה נאך די גרויסע חתונה (שמעתי שהיה זעהר געלונגען! וגם השבע ברכות)

האסטו דאך שוין צייט מעיין צו זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:13 לינק ישיר 

באטשי זיך דיר א צווייטער יחצא-ל.

און לאז אפ דעם סאטמאר רבין זיעועכי"א, די ביסט נישט ווערט אפילו זיין נאמען צו דערמאנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:17 לינק ישיר 

פארוואס פרעגסטו נישט א סתירת אוה"ח הק'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:31 לינק ישיר 

די ארונים האבן אן ערענסטען פראבלעם מיט כ"ק סאטמאר זצוק"ל. דער אלטער רבי האט פיינט געהאט די וויזשניצע שטיק וואס ר' אהרן האט ליידער אריינגעברענגט. די אלע מינים הוועיות שונות וואס אב"ד קר"י מאכט ביי זיינע באטעס און טישן איז געווען אפגעפרעגט ביי חסידי סאטמאר. אשר על כן מוזען זיי אראפברענגען דעם רבי'ן זצ"ל פון אויבען און אים אפפרעגן. ליידער ליידער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:36 לינק ישיר 

שוטה שבעולם, באטשי איז קיינמאל קיין סאטמערער נישט געווען, און אויב האט ער עפעס מיט סאטמאר איז ער ענדערש א זאלי ווי אהרוני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:41 לינק ישיר 

worldwar

פרעגסט גוט

סנישט קיין סתירה, דער אוה"ח הק' שרייבט נאר דארט - גבי וירישתם אותה וישבתם בה - אז דער פשט אין יענעם פסוק איז ענדערש אזוי ווי רש"י, אבער נישט אז סאיז נישט קיין מצוה.

אדרבה, ווילסט זיך פשטל'ן איז א ראיה אז רש"י אליין קען אויך האלטן אז סאיז א מצוה, נאר ער קומט נאר ליישב פשוטו של מקרא.

וז"ל האור החיים הק' בפרשת מסעי

(נג) והורשתם את וגו' וישבתם וגו' רש"י ז"ל פירש שהמצוה היא והורשתם, אבל וישבתם היא הבטחה, ורמב"ן ז"ל פירש שהמצוה היא וישבתם, ומכאן סמכו לומר (כתובות קי:) הכל מעלין לארץ ישראל:
ונראה פשט הכתוב כדברי רש"י, ממה שגמר אומר כי לכם וגו' לרשת אותה, ואם הישיבה היא המצוה, היה לו לתלות בעיקר המצוה ולומר כי לכם וגו' לשבת בה:

ער איז דאך נישט מחולק אויף די גמרא? ער רעדט פון פשט הכתוב

די גרעסטע ראיה פון אלעם איז מעשה רב, דער אוהחה"ק אליין איז געפאהרן וואינען קיין ארץ ישראל.



תוקן על ידי - baachi - 24/09/2005 0:02:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:47 לינק ישיר 

באראש
אויף א פסוק חומש מעג מעןפרעגן נאר אויף ויוא"מ נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2005 00:03 לינק ישיר 

איך האב דעם קושיה נישט געליינט דערווייל, אבער אז עס איז דא א קושיה ווערט נישט דער ספר קלענער.

אדרבה
פונקט אזוי ווי מען פרעגט אויף א פני יהושע אין מען ענטפערט, קען מען פרעגן אויף א ויואל משה און ענטפערן.

נאר אויף א קליינער מענטש מעג מען נישט פרעגן, אדרבה אז מען פרעגט איז א סימן אז דער ספר איז מוחזק פאר אמת, וללמוד באנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2005 00:17 לינק ישיר 

שיע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2005 00:20 לינק ישיר 


דער אור החיים הק' רעדט פון זמן הבית.
בזמן הזה איז אין מצוה בישיבה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2005 00:25 לינק ישיר 

מלוהמלכה

ליין איבער די קשיא פאר די ענפערסט

די גמרא אין כתובות דעדט בזמן הזה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2005 00:27 לינק ישיר 

דער תירוץ איז זייער פשוט:
היינט איז נישט שייך מצות ישיבת הארץ
זייט די ממשלת זדון ומלכות הרשעה די מינים ואפיקורסים וואס האבן געמאכט דארטן א מלוכה פאר ביאת המשיח און זיי רייסען אויס דאס אידישקייט פון כלל ישראל הן מיט אמונה, שבת, נבילות וטריפות,וכו' וכו'
און נישט נאר ס׳איז נישט קיין מצוה, נאר ס׳איז א סכנה!
וחמירא סכנתא מאיסורא.

ממילא ווער ס׳איז שוין דארט מימי קדם
איז דאך נישטא קיין ברירה.
אבער אהין ציען בהחלט אדער אהין שיקען די בחורים איז בבחינת מאבד עצמו לדעת...

אפילו ליגן דארטן לאחר מאה ועשרים
איז מען אויך נישט פארזיכערט
צו אויסגעגראבן ווערן......

וזאת התורה לא תהא מוחלפת!
אונז גלייב מיר אין ביאת המשיח!
און אין אלע 13 אני מאמין׳ס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/9/2005 04:00 לינק ישיר 

האסט זיך גענומען איבער דעם ויואל משה מיטן ציל עס אראפצורייסן? גלייב מיר אז דער סאקמער רב ז"ל וואלט נישט געוואלט אז דו זאלסט עס לערנען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2005 06:59 לינק ישיר 

MAGYAR

איך האב געליינט דיין תגובה וואס דו האלטסט, און דו ביזט בארעכטיגט צו האבן דיין אייגענע מיינונג.

די שאלה איז אבער נישט געוועהן וואס דו האלסט, די שאלה איז געוועהן וואס
דער אור החיים הק' האלט.

און פארוואס דער ויואל משה ברענגט אנדערש ווי עס שטייט בפירוש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ויואל משה תמוה מאוד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext