| נשלח ב-26/9/2005 23:22 |
|
| |
שאין אנו עזי פנים וקשה עורף
דא אין דעם אשכול וועלן זיך מעמבער'ס קענען איבערבעטן איינער מיטן צווייטן לכ' ראש השנה.
אינאיינוועגס בעט איך איבער פרזענליך אלע מעמבער'ס אויב איז מען געטשעפעט געווארן דורך מיר...
ווער עס וויל מיר נישט מוחל זיין, קען עס שרייבן דא. און אזוי אויך ווער עס איז מיר יא מוחל, קען מיר אויך שרייבן דא.
פליז נישט מישן דא פאליטיק, נאר שלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 00:32 |
|
| |
איך "דער באריכט" וויל איבערבעטן יעדעם איינעם וואס איז געטשעפעט געווארן דורך מיר.
איך האב צוליב דעם אויפגעהערט צו ערשיינען...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 00:43 |
|
| |
גם אני מצטרף להנ"ל, איך וויל איבערבעטן אלע גולשים קוראים ומגיבים פון חדשות אנש, אויב האב איך איינעם מצער געווען אדער וויי געטוהן, במישרים או בעקיפין. ווי מ'קען זען פרואוו איך זיך צו האלטן גאר מילד און פרוביר קיינמאל נישט צו שטעכן אדער פליקן קיינעם, נישט קיין יחיד און נישט קיין רבים. ואתכם הסליחה.
צו דער זעלבער צייט וויל איך בעטן אלע קוראים נכבדים, צו מוחל זיין אלע אידן בלי יוצא מן הכלל באמת ובלב שלם, ווי חז"ל דרש'ענען אויף נושא עון ועובר על פשע, אז ווען מ'איז מוחל פאר די וואס האבן אים וויי געטוהן איז כביכול דער רבוש"ע אויך אים מוחל. ויה"ר שנזכה לשנה טובה ומתוקה ושנת גאולה וישועה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 04:52 |
|
| |
איך וויל איבערבעטן אלע גולשים - אין מיין נאמען, און אין נאמען פון אלע מיינע אנדערע ניקס, הידועים ואת שאינם ידועים - ובפרט די וואס זענען געווען באטראפעצט אויף מיין ניק, איך האף אז זיי האבן זיך שוין געטראפן וויכטיגערע דאגות.
כתיבה וחתימה טובה יו אלל און א גוט געבענטשט יאר!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 08:38 |
|
| |
מוחל ?
מוחל !

|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 09:12 |
|
| |
geferlich שרייבט
* * * מיין התנצלות * * *
בנמיכת ראש בכפיפת קומה בכניעת חיל
כאטש איך האב פול געזינדיגט ביני לבין קוני
האב איך מוסיף געווען חטא על פשע דא אין הייד
ביני לבין חברי שיחיו עמו"ש.
צומאל איינעם אריינגעפליקט אריינגעזאגט פארשעמט אנגעשריגן... אריינגעשטאכן וכדומה, ענינים וואס וואלט געקענט יענעם וויי טוהן, אפילו מען זעהט אים נישט דא, אבער עס קען געמאלט זיין אז יענער איז ווייס, רויט, געל, גרין, געווארן, והמלבין פני חבירו וכו'.
עס איז אפשר אביסל שפעט, צו נאנט צום יו"ט און ס'שיינט אז א צאל חברים בפורום שרייבן נישט דא, אבער איך האף אז זיי ליינען דא וואס איך ששרייב, און זיי וועלן מיר באמת מוחל זיין און צוריק שרייבן, צו בארואגן מיין געוויסן.
ווען איך בין אריינגענומען געווארן דא אין פורום,
האב איך געמיינט, יא איך וועל שוין ווייזן פאר די ארונים, מארגן ווערן זיי אלע אויס, און נאך אזעלכע
קראצעדיגע מחשבות זרות. מיט די עירוב טראגער האב איך געטראכט הע! לאזט מיך צו! איך וועל שוין מאכן סדר מיט זיי.
וואו וואס ווער ווען, אלעס ביים אלטן אויב נישט ערגער,
סתם אנגעברענגט צייט, ביטול תורה. אפשר דאס אז איך האב
בשעת מעשה נישט געזינדיגט, ווען מיר עפעס גערעכנט ווערן.
ווער ווייסט.
אין יום כיפור מכפר עד שירצה את חבירו !!!
טייערע ברודערלעך תחיו!
איך בין דא ברבים מפייס יעדן איינעם וואס איך האב אמאל
מצער געווען אויף סיי וואס פארא אופן, ברבים צי ביחיד, איינער וואס האט זיך געשפירט געטראפן אדער באליידיגט פון
מיינע רייד, בעט איך יעצט איבער דא ברבים, און איך בעט אל תהיו כאכזרים ותמחלו לי בלבב שלם. און איך בין אויך מוחל יעדן איינעם באזונדער, אן קיין שום פאראיבל.
איך רעכן אויס עטליכע נעמען וואס איך געדענק ואין מוקדם ומאוחר...
אויסשווארץ
זאליוועקי
געטמי
באטשי
קוטשמע
זשיד
ק.זש.אלייענס
אה, און גישמאקער.
און אודאי די חשובע מנהלי האתר, אלטע מיט די נייע.
אלל ניס פיק
אינהכי נמי
אינגערמאן
מקוה איד
פארן עקסטע באלמוטשען מיט דארפן מעקן, מתקן זיין מיינע
"געפערליכע" רייד, און אוועקנעמען פון זייער טייערע צייט.
ונסיים בדבר טוב:
ווער עס פילט זיך אויסגעשפילט אז ער ווערט נישט דא אויסגערעכנט זאל מיר שרייבן באישי...
מעומק הלב וואונטש איך דא פאר יעדן איינעם באזונדער, א גוט אויסגעבעטן יאר, גליק און מזל, געזונט מיט געלט, אידיש נחת און זיסע לעכטיגע קינדער, עשירות וכבוד, ויתברך בכל משאלות לבו לטובה, אמן!
=====
911zalis שרייבט
גם אני מצטרף :
איך האב חלילה דורך דעם גאנצן יאר שרייבן קיינעם נישט געוואלט וויי טוהן נאר אזוי מיר זענען ליידער אין גלות אין עס איז גענוג ביטער ליידער צרות פאררידערט ממש יעדן מענטש איז כדי זיך צי האלטן פארנימען דער גלות זאל נישט אויסזעהן אזוי לאנג ווי עס איז האט דער הייליגער באשעפער צוגעשטעלט ר' אהרן אין ר' זלמן לייב אבער מען מיינט נישת קיינעם פערזענליך !!!
איחוד אין יוסף90 אין משה גבאי אין [ווען האב איך כוח רעכן איך ווען אויס אלע ענעקערע נעמן אויך] איך בעט ענק איבער באותו מקום ...
מעומק הלב וואונטש איך דא פאר יעדן איינעם באזונדער אהרוני , זאלי, 48 , 45, , א גוט אויסגעבעטן יאר, גליק און מזל, געזונט מיט געלט, אידיש נחת און זיסע לעכטיגע קינדער, עשירות וכבוד, ויתברך בכל משאלות לבו לטובה, אמן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 09:32 |
|
| |
טאמער איינער שפירט יך געטראפען פון עפעס וואס איך האב געזאגט בעט איך אויך איבער
MIGHT AS WELL
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 16:42 |
|
| |
לא נכחד מאדוני, אויב איך האב איינעם געפליקט, איז זיך אים אמת'דיג געקומען
איך קען נישט גלייבן אז מען האט זיך פון מיר באליידיגט, צוליב א גרינגן חשבון, איך האב נאך נישט געזעהן קיינעם פון דא וואס זאל זיך שפירן געטראפן נאך איינעם'ס תגובה, יעדער ענטפערט צוריק מיטן "זעלבן געשמאק" אז ס'גייט א רויעך...
איך האב אנגעפרעגט מיין דיין צו מען קען יוצא זיין דעם סעיף אין שו"ע לרצות את חבירו דורכן אינטערנעט, האט ער מיר געענטפערט "חלילה"...
אשר על כן חברים יקרים, ווער עס וויל איך זאל אים איבערבעטן מוז מיר שיקן אין אישי זיין טעל. נומ. און אדרעסס...
האטס מיר אלע א שנה טובה ומתוקה
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 16:46 |
|
| |
WASSA
me too?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 17:13 |
|
| |
צבי
פארוואס נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 09:39 |
|
| |
איך האב חלילה דורך דעם גאנצן יאר שרייבן קיינעם נישט געוואלט וויי טוהן נאר : אזוי ווי מיר זענען ליידער אין גלות אין עס איז גענוג ביטער ליידער צרות פאררידערט ממש יעדן מענטש איז כדי זיך צי האלטן פארנימען דער גלות זאל נישט אויסזעהן אזוי לאנג ווי עס איז . האט דער הייליגער באשעפער צוגעשטעלט ר' אהרן אין ר' זלמן לייב אבער מען מיינט נישט קיינעם פערזענליך !!!
איחוד אין יוסף90 אין משה גבאי ר' זלמן לייב אין [ווען האב איך כוח רעכן איך ווען אויס אלע ענעקערע נעמן אויך] איך בעט ענק איבער באותו מקום ...
מעומק הלב וואונטש איך דא פאר יעדן איינעם באזונדער אהרוני , זאלי, 48 , 45, , א גוט אויסגעבעטן יאר, גליק און מזל, געזונט מיט געלט, אידיש נחת און זיסע לעכטיגע קינדער, עשירות וכבוד, ויתברך בכל משאלות לבו לטובה, אמן!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 18:02 |
|
| |
איך בעט איבער אלע גולשים וואס איך האב געטשעפעט און אריין געפידעלט, טאמער פילט זיך איינער געטראפען פין מיינער ווערטער.
אלע פין 45, אלע אהרונים זאלונים צוגלייך, אלע קנאים, אלע "פרומע", אלע משוגעים, אלע ליידיגייערס, אלע קרומע קעפ, אלע מיט א פלאכע שכל, אלע וואס טראכטען מיט דעם ישיבה של מטה, אלע וואס טראגען נישט קיין שייטלעך, אלע וואס טרינקען וואסער נישט געפילטערט, אלע וואס פארען נישט קיין שייגעץ בייקס, אלע וואס פילען זיך פאר די בעסטע אידען, אלע וואס גייען צו שלמה קארלבאך שוהל, אלע וואס האלטען אז ויואל משה איז די זעקסטע חומש, און אחרון אחרון חביב, אלע וואס טראגען נישט. ודעו נא רבותי, כי לפרט את כולם אי אפשר כי רבים הם, על כן יהא נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם. (נאך איינס, לדעת אפאר גולשים קען איך דא שרייבען אלע אידען ).
בכולהון איתחרטנא בהון, איך בעט איבער די אלע, טאמער האבען זיי זיך געפילט געטראפען, און זיי האבען נישט פארשטאנען אז דא אויף היידפארק איז א אויסליפטרונג פלאץ, און מען טוט הנאה האבען פין די פרייע לופט, און מען קען ארויסגעבען די טשוכעס(?) פון הארץ אהן קיין מניעות, אהן קיין שושקערייען.
אי"ה נעקסט יאר נאך אמאהל בעזה"י, אבער דערווייל בעהט איך א מחילה סליחה וכפרה פין די גאנצע חשובער צבור גולשי היידפארק שיחיו, און דער אויבערטשער זאל העלפען, כשם שאני מוחל לכם, כך אתם תמחלו לי, און זאל ענק געבען א שנה טובה ומתוקה, און מען זאל זוכה זיין צו די אמת'ע משיח, בב"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 21:52 |
|
| |
באראפארקער
מחול לך מחול לך מחול לך
אבער דיינע ווערטער:
אי"ה נעקסט יאר נאך אמאהל בעזה"י, אבער דערווייל בעהט איך א מחילה סליחה וכפרה פין די גאנצע חשובער צבור גולשי היידפארק שיחיו
געבן עפעס א געפיל פון "אחטא ואשוב" וואס אין מספיקין וכו'.
|
|
|
|
|