בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אנטלויפט פון וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/9/2005 02:17 לינק ישיר 
אנטלויפט פון וויליאמסבורג




פאסירט האט דאס די פארגאנגענע וואך


וואס צוליב א שווערע טרעפיק אויפן "היי וועי" האבן מיר זיך א לאָז געטאן איבער די גאסען און פארביי געפארן דעם צפון חלק ברוקלין ווי עס איז דער וואוינארט פון די אנשי הגר און ווי דער פראנט פון זייער מלחמה געפונט זיך איצטער.



דער איינדרוק פון די שמוציגע גאסן און פון די מרה שחורהדיגע מאנספערזאנען וועלכע גייען אויף איר און ווי אויך די ווילדע לאפעצעס מיט די שפיגעל גלאנצעדיגע שיך און די נייסטע SUV זענען גאר ווינציג.



נאר איין זאך וואס יעדער זעהט גלייך זענען די נייע טורעמעס וועלכע עס בויען זיך פיל, א יעדע טורעם איז אנגעפילט מיט דעם אונגערישער עלעמענט וועלכע וועלען זיך ניט אוועקציען פין דארט פאר קיין געלט.



זעהנדיג דאס איז מיר געקומען אויפן געדאנק דעם אור החיים הק' בנגוע דעם דור הפלגה, אַווי יעדער איד וועלכער איז נאר אמאל געווען אין חדר וויסט צו פארציילען וועגען דעם דור הפלגה, ווען פיל פערזאנען האבען זיך צונויף געקליבען און געבויט אן הויעכן טורעם מלחמה צו האלטען מיט גאט ח"ו.



אבער דער אור היים הק' לערענט אן אנדער פשט אז די מענטשען האט געוואלט וואוינען אלע איניינעם אז עס זאל נאר זיין איין שטאט און איין אָרט אַווי עס געפינט זיך סיוועלעזאציע, און אויב עס זאל אמאל פאסירען אז א מענטשען וועט ארויס וואנדערן פין סיוועלעזאציע וועט ער נאר א הייב טאן די אויגען און דערזעהן די טורעם און זיך באלט צוריק קומען.



וואס דאס איז געווען קעגן דעם רצון פון גאט - ווי דער אור החיים איז מסבר - ווייל וואוינען באדארפמען ניט אויף איין ארט נאר אויף אסאך ערטער ווי דער פסוק זאגט ווייטער ''ויפץ ה' אתם משם על פני כל הארץ''



איצטער צו אייך אנשי הגר בצפון ברוקלין אנטלויפט פון דארט און לאזט איער די טורעמעס ווי לאנג מען קאן נאך ווייל פון הימעל האט מען אייך שוין צוטיילט צו מערערע פראקצועס אהרונים זאלוינים בני יואל און אזאלכיגע וואס גלייבען ניט און גארניט.








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 03:57 לינק ישיר 

סאטמער רב ז"ל האט אמאל געזאגט אז ס'איז א סכנה צו וואינען היינטיגע צייטן אין ארץ ישראל.

האט עם אמאל א חסיד געפרעגט. פארוואס ער בויעט דארט מוסדות. האט ער געענטפערט צו ברענגען אפאר טויזענט משפחות אן א חשבון ווי זיי צו פלאצירן קען זיין א גרעסערע סכנה.

איך זאג נישט אז מ'טראכט פון אנטלויפן אבער אז דו קומסט אויף מיט א המצאה דארפסטו ברענגען א שטיקל פלאן אויך. מ'קען דאך נישט לויפן אין וואנט אריין אז ס'איז דא ווי צו גיין קען מען אפשר טראכטן פון אויפגעבן מצוות יישוב ארצינו הק'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 04:23 לינק ישיר 

דא האלט איך טאקע אז דער "ראצער" איז גערעכט, מאה אחוז!
די בעסטע עצה פאר איינעם וואס קומט מארץ הגר, איז, צו זיך אוועקציען פון די מרה שחורה'דיגע וומסב"ג ווי עס וואוינען טויזענטער אידן מארץ הגר - מיט גלאנציגע שיך - אינאיינעם, און גאנצע געגענטער איז כמעט ריין פון גויים, מ'זעט כמעט נאר אידן פאר די אויגן, און עס זענען דארט דא שולן און מוסדות פון אלע סארט שיכטן און קרייזן ווי סאטמאר, סאטמאר, סאטמאר, בעלזא, בעלזא, קלויזנבורג, קלויזנבורג, גור, מיר, באיאן, פאפא, קאשוי, טאהש, וויען, ספינקא, ספינקא, ספינקא, אגודה, נדבורנה, קראלי, ועוד...
און זאלן זיך אלע אריבערציען צו די לעבעדיגע לעכטיגע פרייליכע שטאט "קרוין הייטס", ווי עס וואוינען נישט דוקא אידן מארץ הגר, ליבערשט איז דאס פול מיט רוסישע אדער אוקריינישע, און אידישע אימיגראנטן פון אלע דריטע וועלט לענדער. ספעציעל איז שטארק אנזעעבאר די נישט אידישע געשמאקע שכנים, וועלכע זענען טונקל (נישט ח"ו מרה שחורה) און זיי זענען די מובחרי יוצאי ארצות האפריקא וגם מארץ האיטי הנודע לשבח ולתהלה, וקצת מארץ גואטאמאלא והגלילות.
אויך איז דארט א גרויסע מעלה וואס לפי דברי הראצער איז געפערליך אין וומסב"ג, דאס צוטיילונג און פארשידנארטיגע מיינונגען, ווייל אין קרוין הייטס זענען ממש אלע דבוק איינער אין צווייטן בלב ונפש, און אלע זענען מיט אלעם ביי די זעלבע מיינונג, אלע האלטן מיט אלעם דאס זעלבע, למשל משיחיסטן מיט אנטי משיחיסטן זענען גאר שטארק באחדות, דוברי אידיש ורוסיש זענען גאר שטארק צופרידן מיט די וואס זענען דוברי רק עברית, וכדו', דאס אחדות איז דארט א מוסטער פאר כלל ישראל (ח"ו).
אויך איז דארט דוקא דער דגוש נישט אזוי שטארק אויף SUV'ס כאטש עס פעלט נישט דארט פון דעם, דארט פארן די חסידישע אידן פונקט אזוי מיט ספארטס קארס אדער צומאל מיט מאטאר סייקלס, אויך איז דארט נישט דא די "פרעשער" פון אזויפיל טויזנטער און טויזנטער אידן אויפן קאפ, חוץ פון דאס וואוינען אידן מיט שחורים צוזאמגעמישט ווי א קוגל, איז דארט ב"ה א פלאץ וואס שטייט שוין ביי זעלבע מינימאלע צאל משפחות פאר די לעצטע 20 יאר, בערך טויזנט פאמיליעס, העכסטנס איז דאס נאר פוחת והולך - כפרי החג.
איך יאג זיך מוראדיג, איך דארף שוין ענדיגן. ווער עס האלט אז איך בין אפשר נישט אזוי גערעכט, זאל ביטע מגיב זיין.
אנטשולדיגט אלע אז איך האב אזוי מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, איך האב נאך זייער אסאך געבליבן אין מיר.
ועוד חזון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 04:34 לינק ישיר 

משיח, משיח, משיח, איי איי איי איי איי איי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 05:47 לינק ישיר 

בן מלך נאדיר

ראצער תיקון טעות, נישט SUV נאר VUS.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 06:20 לינק ישיר 

לדעתי איז ROTZER א סאטמארער וועלכע זוכט מאכען פראוואקאציעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 07:31 לינק ישיר 


איך ווייס נישט צו "ראטצער", איז סתם א פראוואקאטור אזוי ווי "צבי" שרייבט, צו ער מיינט ערענסט וואס ער שרייבט אזוי ווי "בןמלך" האט פארשטאנען, אבער אויף אזוי פיל טוה איך איהם רעספעקטירען, אז ער ברענגט עפעס א קלאסישקייט צו פארום...

ניין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 08:06 לינק ישיר 

לדעתי מיינט ער די אלע נייע געגנטען אין פענסילוועניע און אפסטעיט בעיסוואטער וכו' וואס איז גארנישט גיווארען
ובחנם תפסתם אותו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 08:52 לינק ישיר 


אויב שוין יא פלאגן וואלט איך מיך ענדערש געפלאגט אויף א שטיקל קצות ווי אויף א שטיקל ראצער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 09:31 לינק ישיר 

ראצער
אנשטאט צו שרייבען לאנגע דרשות, שרייב נאר ארויף דיין נאמען מיט דיין מאמעס נאמען
WE GET THE MESSAGE
רפו"ש בתוך שאר חולי ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 09:35 לינק ישיר 

יענקעס

פון די אלע שיינע נייע הייזער איז דא ווי איינצושטיין אויף א שבת פאר א איד ?

וויפיל הכנסת אורחים איז דא אין ווילי ?

איך מיין ווי מען קען שלאפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 17:35 לינק ישיר 

ראצער

דיין טאטע האט באקומען אן עקסטערע דאזע רוח הקודש ביים קלערן וואספארא נאמען צו געבן פאר זיין זוהן.

בן מלך

נאדיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 18:15 לינק ישיר 

ראצער

איך פארשטיי דיך גאנץ גוט וואס די מיינסט וועגען וויליאמסבורג , אבער די בנינים זענען נישט די פראבלעם
דאס איז א דור, ווי זיי שלאגען זיך אויף געלט אין כבוד אין זיי טייטשען אויס די תורה הקדושה לויט ווי עס איז גוט פאר זייער פאליטיק ,אין האלטען זיך פאר די שענסטע אידען, אוי להם מיום הדין ואוי להם מיום התוכחה

אין לגבי זייער "חסד", זאלט איר נאר נישט אנקומען צו זייערע "חסדים", זיי געבען מיט א "ברייטע האנט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 18:31 לינק ישיר 

איך קען מיך נישט איינהאלטען,
מיט א ברייטער האנט ווי?
אין zudick?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 18:42 לינק ישיר 

יא,
אין איך גידענק נאך דעם "חסד" עד היום.

זאל השי"ת העלפען אז ענק זאלען צוריק גיצאלט ווערען פאר די גרויסע "חסדים"
בברכת והריקותם לכם ברכה עד בלי די



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 18:44 לינק ישיר 

zudick
חסדי השם איינער האט דיר שוין געגעבען "חסדים" מיט א ברייטע האנט. אז דו זעהסט עם נאכאמאל גראטוליער עם בשמי און שיק עם ווייטער קיין ראצער און צבי..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אנטלויפט פון וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext