פארגאנגענעם שבת שובה בין איך געווען ביי א דרשה פון א חשוב'ן רב, האט ער געהאקט קעגן "אינטערנעט", ער האט גענוצט אלע סארט נישט ריכטיגע שימושים אויף אונטער וויגלייך דאס איז עפעס א מאשין, אבער זיינע נקודות זענען געווען ריכטיגע, פארשטייט זיך.
איך האב צו מיר געטראכט, וויאזוי די "פירצות" האבן זיך געטוישט, פאר צען יאר זענען רוב פירצות באשטאנען פון שמאלע קליידער, צניעות, שייטלעך, דורכזיכטיגע שטרימפ, בקיצור די מענער האט מען געלאזט לעבן, היינט האט זיך עס היבש איבערגעדרייט, איך אליין ווייסן פון לכל הפחות פינף רבנים וועלכע האבן דעם שבת שובה געהאקט אויף אינטערנעט, סעליולערס, פאלם ועוד.
און ס'איז נישט וואס צו רעדן, אז דער קרעדיט קומט זיך פאר עטליכע רבנים, ווי הרב מאשקאוויטש. און הרב טויבער, מיט ר' בערל כ"ץ, דירנפעלד, וועלכע האמערן דערויף אן אויפהער, אויף אזוי ווייט אז כמעט אלע רבנים האקן דערויף.
למעשה קען מען נישט פארלייקענען דעם פאקט, אז די אלע האקעראציעס האלטן צוריק אסאך יונגעלייט פון אינטערנעט.
האט איך אויך באמערקט אז פארמערונג אין האקן קעגן אינטערנעט?
|
|