בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נו, וויפוהל איז געוועהן דער אתרוג?...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2005 21:41 לינק ישיר 
נו, וויפוהל איז געוועהן דער אתרוג?...


איך מאך אויף דעם אשכול מיט אסאך שוועריגקייטען, אבער עצור במילין מי יכול...

אזוי ווי אלע יאהרען, קום איך אין ביהמ"ד אריין דעם ערשטען טאג יו"ט, און דער באקאנטע שאלה ליגט יעדען איינעם אויף'ן צינג, יענקעל, "וויפוהל איז דער אתרוג?" משה, "וואס זאגסטו צו דעם פרי? ממש א הדר, ניין?"

איז אלזא, פארוואס זאל מען ווארטען ביז יו"ט?

דער עולם האט דאך שוין מער ווייניגער דעם אתרוג וואס ער גייט דערמיט יוצא זיין, איז וואס קע שאטען צו פארציילען וויפוהל איר האט איינגעצאלט פארן אתרוג?

און אז איר האט דער יכולת צו צושטעלען א בילד דערפין, מה טוב ומה נעים!

אויב וועל איך האבען א געלעגענהייט, וועל איך בלי"נ אריין שטעלען א בילד פון מיינע סחורה.

עכ"פ, דער ציבור דא פון אנ"ש, ווערט געבעטען אריין שטעלען בילדער פון די אתרוגים זייערע, און דער עולם דא וועט שוין אפשאצען דער שיינקייט דערפין... און צו ס'איז טאקע ווערט געוועהן דער דריי מאות וואס איר האט ארויס געשטעלט דערויף...

יישר כחכם.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 21:54 לינק ישיר 

וואס עפעס דריי מאות? מיין אתרוג האט מיר געקאסט היי יאר א הונדערטער (נאכן אראפהאנדלען. כאטש דער מוכר האט מיר אנגעזידלט, היתכן, איך האנדל ווען די ספרים רעדן זייער דערקעגן)

א לולב האב איך געקויפט מיט א קנאפ, וואס מיט דעם בין איך פארזיכערט אז ער וועט זיך האלטן צוזאמען דורכ'ן יו"ט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 23:09 לינק ישיר 

אויף די גאס איז היינט געוועהן שיינע סחורה פאר 25 30 טאלער. מענטשן זענען געקומען אין באקוקט וואס מען פארקויפט, רוב עולם האט פארלאזט די טישלעך מיט א קרעכץ זאגענדיג אז זיי האבן געקויפט די זעלבע סחורה פאר 100 150 דאלער שוין נאכ'ן אראפהאנדלן.

נו וואס קען מען טיען אז דער "פאסטעך" פירט אייך ביים נאז? פאסטעך נישט צו קויפען אויף די גאס, איי פארוואס נישט? ווייל די פארקויפערס זענען חבדניקעס, אדער שטייט דען אין מטה אפרים אז עס איז מצוה מן המבחר דווקא צו קויפען אין איינער פין די ספעציעל - פלאצירטע טרעילערס ביי די קארנער ווי די סוחר רעדט דיך איין באבקעס איבער "מציאות" וואס יענער האט נישט געוואלט?

תוקן על ידי - Kutchma - 16/10/2005 23:14:56



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 00:37 לינק ישיר 

דאס יאר וועט זיין דער שמועס וויפיל האט איר געצאלט פאר אייער לולב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 02:21 לינק ישיר 

יא יא, ווי זאגט די וועלט "ווען די אתרוג וואלט געווען באהאלטן אין שטוב, אין מיט די מזוזות וואלט מען געדארפט קומען אין ביהמ"ד אריין וואלט וועלט געווען וועלט"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2005 17:23 לינק ישיר 

איך שעם מיך צו זאגען אבער נישט נאר מיין אתרוג נאר אלע ד מינים צוזאמען האבען געקאסט...... וועסט נישט גלייבען... אונטער דרייסיג דאלער (וואס קען איך טין אז איך האב נישט קיין געלט ?) גראדע געווען א ישראלישע אתרוג (איך האב יוצא געווען ?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2005 20:15 לינק ישיר 

עליכם השלום האט א גוטע פלאן.
גיין אין בית מדרש אינמיטן די הושענות געבען א דעק אויף מיין טלית. און מיט א קלאפ אין ריקן שרייען " העי שלום עליכם ר' יענקיס" אדער אנדערע ניקס דא.
כ'האב שוין שיעור געוואלט לייגן מיין אתרוג בילד. כ'האב מיך געכאפט אין צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נו, וויפוהל איז געוועהן דער אתרוג?...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext