פארוואס וואוטען פאר די "קהל אינדארסירטע" קאנדידאטען?
איז דען דא עפעס א קהל אין nyc?
דער "קהלה'לעך" זענען דען עפעס מער אינטערעסירט אין מיין טובה, ווי איך אליין בין?
איז דא עפעס וואס זיי ווייסען, וואס מיר קליינע מענטשעלעך ווייסען נישט?
ווער ס'גייט געבען מער פודסטעמעפס, אדער שניידען טעקסעס, ווייסען מיר ב"ה אליין, מיר ברויכען נישט קיין אדווייס פון די "מוסדות"....
אלזא, ווערט יעדער געבעטען, וואוטען למי שלבו חפץ, דער עיקר, מאכט א שטיקעל א חשבון ווער און וואס דער קאנדידאט איז, און ווי קארופט די קלערסט ער קען ווערען, און ווי ווייניגער די קלערס אז "חברה שומרים" וועט האבען א השפעה דארט....
און עיקר העיקרים, נישט זיין קיין שוטים און בלייבען און שטוב, נאר ארויס גיין וואוטען אין מאסען, און ח"ו נישט קיין בלינדע פארטיי וואוטס, וואס ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם.
מועדים לשמחה.
|
|