|
|
| נשלח ב-27/10/2005 04:23 |
|
| |
וועלן זיי באקומען שכר אויף יענע וועלט?
אין ליכט פון דעם וואס די חכמי כ... האבן געטראפן א היתר און ליידער מכשיל געווען טויזנטער אידן מיט טראגן אין א רשות הרבים דאורייתא (אגב נישט יעדער איז ביי דער מיינונג אז דער סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז וויליאמסבורג איז א רשות הרבים דאורייתא. אין זיין ספר ברענגט ר' אשר מאנן שליט"א בשם פאיער רב שליט"א אז עס איז קלאר אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן אז וויליאמסבורג איז א רשות רבים דאורייתא. אבער דער איבערוויגנדער רוב, און אויך אין דעם שמוציגן צוזאמקונפט אין קליימער האט מען אזוי געזאגט בשם דער רבי'ן) איז מיר געקומען אויפן געדאנק אזא טעארעטישע שאלה.
וועלן די וואס שרייען אין די גאסן אויף אנשים נשים וטף וואס טראגן מיטן כשר'ן ערוב, באקומען שכר אויף יענער וועלט פאר די גרויסע מצוה פון נאכשרייען פרויען און לערנען זייערע קינדער אז נאר וואס זיי האלטן איז תורת אמת און אנדערש קען גארנישט זיין? און אז צו שטיין אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס אמאל האט מען געוואוסט אז מען טאר זיך נישט זוימען קיין רגע ווייל דאס איז די צייט וואס די גאסן זענען פיל מיט פרויען און עס דארף אויסגענוצט ווערן בלויז פאר זיצן און לערנען, און היינט צוטאגס האט מען געלערנט די קינדער צו שטיין און זוכן פרויען וואס זייער גאנצער חטא איז ווייל זיי פאלגן נאר אויס זייערע רבנים וואס ערלויבן זיי צו טראגן מיט דעם עירוב, און זיי נאכזידלען מיט די מיאוס'טע לשונות של גנאי. וואס איך מיין צו פרעגן איז אויב זיי וועלן באקומען שכר אויף דעם וואס זיי מיינען עס אמת'דיג, און האלטן טאקע ווי זייער קארופטירטער חינוך האט זיי אויסגעלערנט צו האלטן אז די וואס פאלגן זיי נישט זענען עתיד ליתן הדין.
די וואס טוען דאס נאר פאר די "פאן" איז פשוט אז זיי באקומען שוין זייער שכר דא אויף די וועלט, און וועלן גארנישט האבן קיין תביעה דארט אויבן, אבער די וואס פאלגן נעבעך זייערע רבנים, (וואס זענען ליידער געטריבן פון דעם אני ואפסי מענטאליטעט, ווי ער איז ערצויגן געווארן) אויף די איז די פראגע, וועלן זיי עפעס קענען פארלאנגען?
(אגב איז געווען א מחי' צו זען דעם שבת אז ערליכע אידן האבן זיך ערלויבט צו טראגן אן קיין מורא, און אן פחד פאר דעם טעראר ווי יעדע וואך, ווייל די קעלבלעך האבן נישט געוואוסט מבחין צו זיין צווישן אן עירוב וואס דארף בלויז זיין צווישן הויז און די סוכה, און וויסנדיג אז שבת חוה"מ "מעג" מען מאכן א עירוב, האבן זיי פארשטאנען אז אין גאנצן שטאט מעג מען טראגן. ה' הטוב יכפר. אזוי האב איך געקענט טראגן אן דעם וואס איך זאל זיך דארפן שלאגן, ווי יעדע וואך...)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 04:27 |
|
| |
דיי פראגן זענען זעלבסט פארענטפערט, ברענגסט אבער ארויס גיטע נקודות.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 04:27 |
|
| |
איך האב אמאל געהרט א ווערטל
אז דער קלז"ב איז אוועק א זונטיג נאכן לובאוויטשער, ווייל ער האט געהרט אז ער טיילט דארטן דאלערס.
אויב רעדסטו פון אזא שכר, קענסטו זיכער זיין אז מען וועט גארנישט באקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 04:36 |
|
| |
...the melee Tuesday that included punches, slaps, beard-pulling and at least one injury...
... person was treated at Long Island University Hospital for a slap to the face...
אזא שכר וועלן זיי אבער מן הסתם יא באקומען. א ביטערע געלעכטער נעבעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 07:42 |
|
| |
אוודאי וועלן זיין באקומען שכר
72 שטיק צוזאמען מיט די איסלאמיק דשיהאד.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 18:47 |
|
| |
מענדל
איך מיין אז מוועט זיי נאר לאזן נאכשרייען די צוויי און זיבעציג פ----------ו---------י פ----------ו---------י
די צדיקים שביניהם וועלן קריגן רשות זיי שפייען אין פרצוף און ווארפן אפאהר שטיינער.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 18:59 |
|
| |
משה88,
איך האב געהערט א צווייטע גירסא,
אז די ליבאוויטשער רבי האט געטענהט אז ס'קומט זיך איהם שכר אויף דעם וואס ער האט אזויפיל געליטן אויף די וועלט פון די סאטמארע, האט מען איהם געפרעגט צו ער האט עדות אויף דעם, האט ער געברענגט די קלויזענבורגער רבי...
וואס איז זיכער אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים...
זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2005 21:39 |
|
| |
דער "שכר" וועט זיין,
א ספר "ברך משה" אויף "עניני" שמיע"צ, שמח"ת, והקפות צוזאמגעקליבען פון די לעצטע צוויי יאר,
און דער "עונש" וועט זיין,
אז עס וועט נישט זיין ווער זאל עס "אויפטוישען" אפי' פאר א ליבאוויטשער דאללאר.....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 08:09 |
|
| |
טעסטינג
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 12:27 |
|
| |
דיפלאמאט
אדרבה לשיטתך קענסטו פרעגן די זעלבע שאלה אבער אויף אן אנדערן אויפן
וועלן די פאלעסטינער משוגעים וואס רייסן זיך אויף אין געבן אויף זייער לעבן פאר זייער גלויבן וועלן זיי באקומען שכר פאר דעם זיי מיינען דאך עס לשם שמים לכאורה נישט
להבדיל אלף אלפי אלפים די וואס שרייען נאך מענטשן אין גאס ווייל יענער האלט נישט ווי זיי לדעתי וועלן זיי אפגעבן אויף דעם דין וחשבון
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|