ווידער איז געגאנגען קלעפ אין א חסידישער בית המדרש בעצם שבת קודש - שבת בראשית. אין וויענער בית המדרש האט מ.ר., פין די גרויסע באוויסטע לוחמים קעגן די עירוב, חושד געוועהן א צווייטען אינגערמאן אז ער האט עם באהאלטן דער שטריימעל אין טלית. דער אינגערמאן האט דאס געלייקנט. מ.ר. האט געוואלט דעם אינגערמאן חונק זיין. דער אינגערמאן האט א כאפ געטאהן א גלאזערנעם באטעל אין געהאקט מ.ר. אין קאפ דריי מאל ביז די באטעל האט זיך ציהאקט איבער זיין קאפ אויף שטיקער.
מיין שאלה איז פשוט. די ביסט אוודאי מודה אז די גרעסטע רבנים פין שטאט זענען מתיר די עירוב. פארוואס איך רוף זיי די גרעסטע, ווייל אפילו די סטמר'ע רבנים ווען קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן מיט הלכה לויפן זיי צום מתיר העירוב. אפשר זייט ער האט מתיר געוועהן די עירוב נישט, אבער ביז דאן יא. לייקען נישט, עס איז א פאקט. וויל איך וויסן, זענען אויך דא רבנים אפילו סטמא'רע רבנים וואס האלטן אז מ'מעג הייבן הענט אויף א צווייטען.
איך האף אז די האסט נעמן פין דיינים וואס געבן ענק, סיי סטמאר'ע אין סיי לוחמי העירוב, א היתר צו טיילן מכות, ווייל אז נישט צו וואס דארפן ענק א בית דין מיט דיינים וכו' וכו', מען הארכט דאך ממילא נישט צו זייער רייד.
איך ערווארט נישט קיין קלארע תשובה. איך שטעל דיר שוין סייווי אויף דיין חזקה, דערפאר דארפסטו זיך נישט איבער ארבעטן.
נשלח ב-30/10/2005 18:27
משהלע
איך וועל דיר טרייען מסביר צו זיין
די שאלה איז צו מעהאט געמעגט נעמען א באטל פון בראנפן וואס האט מסתם געהאט הרהקוה"ט הלל וויינבערגער'ס הכשר ושמו הקדוש אין מיט דעם להכות בקוקדו פון איינעם וואס איז מוחה קעגן עירוב,
און צו דיר קוטשמע, צו מיש נישט משהלען מיט חניקה, יעצט איז געוועהן שבת בראשית וואו קומט אריין חניקה, ממש ווי א יוון אין די סוכה אריין.
נו רבותי! איך האב נישט געמיינט ארויפצוברענגען אזא מחלוקת אין ממש געציילטע מינוט, השם ירחם!
בסך הכל אן הערה בעלמא אז מ'זאל נישט ארויסגיין פון פראפארציע...
נשלח ב-30/10/2005 18:55
כמוטערק
קומסט מיר אויס ווי דער בית יוסף אליין
מזאגט נאך בשמו אז ער זאגט אויך:
וואס מאהט מען אזא טומעל און מחלוקת, איל האב ס"ה געפרעגט וועגן דעם נס פון די אכטע נאכט, איך צו שוין צוריק פון מיין קשיא.
כך שמעתי מפי עד שמועה בחזיון הלילה.
נשלח ב-30/10/2005 19:18
דאס איז קלאר אז יענער וואלט נישט ארויס לעבעדיג פונעם חניקה וואס ער נעמט נישט די שריט.