בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אייער מיינונג, ארוני אדער זאלוני?...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/11/2005 05:50 לינק ישיר 
אייער מיינונג, ארוני אדער זאלוני?...

איך האב שוין געשריבן וואס מיין תורא'דיגע מיינונג איבער דעם איז...

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1508023

יעצט וויל איך הערן אייער מיינונג אויף וועלכע זייט עס לוינט זיך צוצוטשעפען און זיין א פארטיי אנהענגער כמנהג האגודה וכת דיליהם.. ווער שטעלט צו בעסערע סערוויס, מיט וועם פון זיי איז אינטערעסאנטער, זיסער און געשמאקער זיך צו דרייען וכו' וכו'

איך וועל אנהייבן מיטן עלטערן ברודער ר' אהרן. ער פאר זיך איז א שיינער תלמיד חכם און פיינער רעדנער וואס קען האלטן געשפאנט דעם ציבור (בפרט ווען ער נעמט שעלטן...) ער האט זיינע שלעכטע זייטן אויך וואס אפילו זיינע חסידים ווייסן אויך און זענען אפט מודה דערצו ווייל דאס איז א אומלייקנבארער פאקט אז ער פלעגט זיין א געפערליכער יונג וואס האט געפירט דעם שטעטל לויט ווי עס איז אים געווען בעסער פאר זיינע אייגענע געברויכן און געטון פילע אומאיידעלע טאקטיקן (איידל גערעדט...) וואס האט ארויסגענומען מענטשן פונעם גלייכגעוויכט, און אזוי האט ער זיך אנגעשאפן שונאים וואס וועלן אים נישט מוחל זיין ביזן היינטיגן טאג, און זייענדיג פארקערט ווי א רואה את הנולד האט ער זיך אנגעזאמעלט א ריזן עולם זאלונים וואס האבן אים פיינט ביזן טויט (א טענה וואס די ארונים הערן נישט אויף איבערצוקייען אז פון דעם באשטייט זיין ברודערס פארטיי, און אז די זענען נישט אזעלכע געטרייע סאטמארע. אבער דאס איז זינלאז ווייל פונקט ווי זיינע אנהענגער זענען זיינע באשוואוירענע שטיצער, אזוי זענען זיינע פיינט אין די זאלי פארטיי זיינע באשוואוירענע שונאים. און עס מאכט זיי נישט קיין חילוק ווער עס שטייט בראש, צו זיין נאמען איז זלמן לייב אדער אן אנדער קעלבל. דער עיקר איז אז מען ווען נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער דעם אהרן).

דאס אלעס האט זיך געטוישט אין ממש די לעצטע פאר יאר. עס גלייבט זיך נישט אבער איך האלט אז די ארונים דארפן באמת מכיר טובה זיין משה גבאי'ן פאר זיין דער געטרייער שליח ציבור און ראטעווען זייער פארטיי פון דעם וועג וואס האט זיך געפירט עד היום. אנגעהויבן פונעם פירער וואס האט זיך ממש געטוישט אז זיין גאנצער באנעמונג איז געווארן מער מענטשלעכער און פארגינט צו געבן א שמייכל פאר סיי וועמען. און ווייטער די ישיבה וואס האט זיך אסאך געבעסערט און אויפגעהערט צו זיין אן אכסניא פון כל צרי וכל זב און נישט ממש יעדער איז ווילקאמען אין די ישיבה אפילו ער איז איין שטארקער סאטמארער(עס לאזט זיך דעבאטירן אויב דאס איז טאקע אזא מעלה אז די סארט בחורים זאלן מער נישט האבן א פלאץ ווי זיך אויסצוגעבן און זאלן מוזן זוכן פלעצער וואס אין כאן המקום להאריך איבער דעם. נאך אלעם דער מנוול אין ביהמ"ד איז פון אן אנדער סארט)

סערוויס איז אויך א זאך וואס מען באקומט מער ביי די ארונים. זיי זענען שטענדיג געווען פון די שפרינגערס צו מאכן די פארקויפעריי פון אתרוגים וכדומה און אפגערעדט פון די פרייע פרישטאגס וואס זיי שטעלן צו, צו די זעט פון אלעמען פון ביידע פארטייען. אזוי שטעלן זיי זיך בעסער צו ווען עס קומט צוצושטעלן צום ציבור און זיי ארויסהעלפן. אלעס צו פארכאפן ווי מער געטרייע אנהענגער.

זיינע טישן זענען געווארן א גאנצער שפיל. כמנהג בעלזא, וויזניץ, תוא"י וכו' און די בחורים ווערן געצווינגען מיטצועסן מיט זיין געהויבענעם טיש וואס איז גאנץ געשמאק מיטצוהאלטן און אינגאנצן אוועק פון די שיטת סאטמאר וואס דער גאנצער טיש איז געווען אזוי בארינג אז עס פלעגט בכלל נישט צוציען מענטשן פון פרעמדע קרייזן.

און דער גולת הכותרת איז דער פייערדיגע מדורת אש יעדן לג בעומר וואס זיינע חסידיםלויפן זיך צוזאם אין שטעטל און טראצדעם וואס די זאלונים נעמען ארויס פאר טייער געלט, פול פעדזש עדס אין דער איד ווי זיי ברענגען יערליך זיין אייגענע דרשה ווי ער האקט אויף דעם שלעכטן מנהג וואס מען האט קיינמאל נישט געזען אין סאטמאר, מאכט ער נישט קיין צימעס און גייט זיך זיין וועג פון צושטעלן פאן פארן עולם, אז זיי זאלן נישט אוועקלויפן צו פרעמדע פעלדער, חלילה.

זייטס מיר מוחל.שוין אביסל צופיל. און ווער עס וויל קען ממשיך זיין ארויסצוברענגען די מעלות פון זלמן לייב טייטלבוים און ווי עס איז אינטערעסאנטער, געשמאקער און מער פאן צו געהערן...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2005 14:35 לינק ישיר 

נו איז נשתכח תורת הבעל שם?

איך דענק אז דזרזש באראש האט דאס צוריק דערמאנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אייער מיינונג, ארוני אדער זאלוני?...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext