דערפאר האב איך געקלערט אז אפשר איז בעסער צו גרינדן א נייע ניק, און מיט יענעם ניק ארויפלייגן אט דעם מעסעדזש.
אבער איך האב זיך איבערגעקלערט אז מען וועט זיך אויסלאכן: האחד בא לגור וישפוט שפוט... פרוביר זיך צו דרייען דא עטליכע טעג און וואכן, וועסטו זעהן אז עס איז נישט מעגליך אן שרייבן שמוציגע פאליטיק!
דערפאר האב איך דאס למעשה יא געלייגט מיט 'דעם' ניק, להראות = צו ווייזן, אז איך דריי זיך שוין דא איבער א האלב יאר, שרייב כסדר, און דאך האב איך זיך צוריקגעהאלטן ווי ווייט מעגליך פון בארירן און אפילו גיין נאנט צו די גראבע מחלוקה אשכולות!
איך ענטפער דערפאר דא, ווייל איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם "מיר איגנארירן" אשכול.
בענעדיקט
נשלח ב-4/11/2005 07:58
1) דאס שרייבן דע אשכול איז נאכן זעך בעטן כמה פעמים צו טוישן דע ניק און אישית
2)אז מען האט דע משפחה נאמען איז איין זאך אבער זעך גיין אנרופען מיט אזא ניק נאך בצירוף דע נאמבער וואס מען רופט דעם ראש הטומאה מיינט לדעתי.
תוקן על ידי - allnewspic - 04/11/2005 8:10:20
נשלח ב-6/11/2005 03:59
איך מיין אז דער יסוד פון דער שאלה, איז דער זעלביגער הנחה מוקדמת, וואס איז גורם אסאך גרויליקע ניק_מלחמות, (און ר' בענעדיקט, איר מעגט אויך צוהערען....
דער הנחה איז אין גאנצען איין ווארט לאנג:
!Intolerance
ווען דער עולם וואלט זיך אביסעל מער טאלערירט, און נישט אנערקענט אין זיין מיינונג אלץ "דער מיינונג", און א צווייטענס מיינונג אלץ "קיין מיינונג", האט דער שאלה פון דער פותח האשכול נישט קיין מקום.
אזוי אויך, וואלטען דער הפגנות אין ווילי קעגען דער "המודיע גראסערי", און דער עירוב רייסערייען אין ב"פ, מיט דער שבת מחאות אין ווילי, אינאיינעם מיט דער גרויליקע מלחמות דא אין היידפארק, נישט צושטאנד געקומען.
כמובן, איז דאס בלויז חומר למחשבה, למעשה, מיין איך מיר וועלען מוזען ווארטען אויף דער התגשמות פון דער נבואה "וגר זאב עם כבש".