היינטיגע יונגווארג
שפאציר איך מיר אריין אין א קליין בית המדרש'ל אין יענעם עק וויליאמסבורג, נישט פאר א מנחה-מעריב, ניטאמאל צי טרונקן א קאווע (כ'בין געווען פליישיג), נאר מיט א ריינע מחשבה נאכצוקוקען עפעס אין א ספר.
נו, הכלל, ספרים איז דאך דא גענוג, און וואס ברויך איך אנקומען פונקט צו דעם פארשטופטן בית המדרש אינעם אנדערן עק שטאט?
זייער פשוט. איך האב אין יענעם בית המדרש געזען א געוויסן ספר מיט בערך צען יאר צוריק, איך האב זייער הנאה געהאט פון יענעם ספר, און איך האב זיך פון דארט אפגעלערנט אפאר זאכען. לעצטנס האב איך זיך דערמאנט דערפון, האב איך געמאכט מיין וועג אנצוקומען צו יענעם זעלביגן בית המדרש מיטן כוונה אדורכצובליקן דעם ספר נאכאמאל, און זיך אויפרישן דעם זכרון.
איך גיי צי צום גרויסן שאנק, זוך אהער און אהין, די אלטע ספרים זענען שוין כמעט בטל ברוב דארט, זיי האבן זיך עפעס איינגעהאנדלט לעצטנס א גאנצע נייע ביבליאטעק. איך געב נישט אויף, און ענדליך... איך האב געפונען דעם ספר וואס איך זוך!
איך בלעטער אהער און בלעטער אהין, איך האב געדענקט אז דאס וואס איך זוך איז א קליין קונטרס'ל וואס איז אריינגעדרוקט ביים סוף פון איינע פון די חלקים פון יענעם ספר. אבער... הילד איננו!
איך זוך ביים ערשטן חלק, ביים צווייטן, ביים דריטן, און נאכאמאל ביים ערשטן, און אזוי ווייטער, אן ערפאלג!
דאן באמערק איך אז אויפן מפתח, דארט וואו עס שטייען אויסגערעכנט אלע ענינים פונעם ספר און אויף וועלכן בלאט מען קען זיי געפונען, איז אויסגעמעקט די לעצטע שורה...
נאכן געבן א טיפערן בליק, זעה איך טאקע אז ביים עק ספר איז ארויסגעריסן א גאנץ בויגן... יא! טאקע פונקט דאס וואס איך זוך, איז געשטאנען אין וועג פאר איינער פון די מתפללים אדער וואנדערער.
פרעג איך אייך:
דרייסיג אדער פערציג יאר איז די ספר געווען אין יענעם בית המדרש, ואין פוצה פה ומצפצף, עס האבן זיך דורכגעדרייט אין דעם שוהל'כל גאנץ כמעשה'דיגע ערליכע אידן, זיי האבן נישט געשפירט פאר וויכטיג אנצוקאטשקן און אויסצורייסן בלעטער פון ספרים.
די היינטיגע יונגווארג... זיי פארשטייען בעסער!!! בושה תכסה פנינו!!!
איך האב זיך אזוי אויפגערעגט פון די מעשה, אז איך האב אפגעמאכט אז איך לייג עס ארויף דא פאר אלעמען צו ליינען.
וחמת המלך שככה...
 |
|
|