איך האב געשטימט "יא" פאר די צווייטע פראפאזישן וואס וועט ערלויבן אויפצובויען א נייע סאבוועי ליין אויף די צווייטע עוועניו אין מאנהעטן, וואס וועט גוט צוניץ קומען (אין הונדערט יאר ארום... משיח זאל אודאי פריער קומען) פאר די וואס ברויכן גיין צו די לאקאלע שפיטעלער ווי בית ישראל און ען.וויי.יו. וכדומה.
נשלח ב-8/11/2005 17:53
פרעדי פערער
נשלח ב-8/11/2005 17:57
ביטע שטימען No אויף די ערשטע פראפאזל.
גאווערנער פאטאקי האט עס געבעטען!
נשלח ב-8/11/2005 17:58
וואס איז די ערשטע פראפאזל? איך האב עס נישט געליינט.
ביז אפאר וואכן/חדשים וועט קומען א מעלדונג פון מעיאר/העלט דעפ. אז די שטודיעס האבן געוויזן אז מציצה בפה אי א סכנה, און מ' דארף עס מבטל זיין ,ח"ו היל"ת.
אוודאי אידן וועלן האבן מסינ"פ און מ' וועט זיך א עצה געבן, אבער דאס איז זיכער אז דער מעיאר האט נאכגעגעבן אויף צייטווייליג כדי צו באקומען אונזערע שטימען, און אויך עס נאר אפגעשטיפט אויף שפעטער, און אפילו ביז דערווייל קען הרב פישער נישט מאכן קיין ברית'ן אין נ.י. סיטי וואס עסקנים שרייען אז דאס נישט לאזן אים מיינט א סכנה פאר יעדעם.
הלואי וועל איך נישט זיין גערעכט, אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עס איז ליידער יא אזוי. עכ"ל נעכטן, דערוייל האט נאך קיינער נישט געזאגט אז איך בין נישט גערעכט.