| נשלח ב-15/11/2005 22:47 |
|
| |
אויב אזוי ; וואס איז דער אויפטוה ? ?
האט שוין היידפארק איינעם אמאל געטוישט זיין מיינונג אין פאליטיק ?
איז שוין א זאלי געווארן ארוני צי פארקערט ?
טא פארוואס שריי\ב\ט מען אזוי דא ?
בלויז צו ווייזן אז "איך" בין גערעכט ? דאס ווייס איך שוין לאנג...
די איינציגסטע מיינונגס טויש וואס איך געדענק דא, איז געווען זשיד פאר צוויי טעג צוריק וואס האט געטוישט מיינונג אז די דרייליך געשיכטע איז נישט צו באשמוצן טענדלער'ן...
נ"ב, די תגובה קומט נאך זאלי וועקיס טוישן ניק...
ס'האט מיר א סקרוך געגעבן די ביינער... ותשחח"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 22:49 |
|
| |
להגדיל תורה ןלהאדירה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 22:53 |
|
| |
תצטרפו לאשכול ....
>>>>>>>>>>> מיר איגנארירן <<<<<<<<<<<<
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 23:04 |
|
| |
זאלי אליין שרייבט אז ער האט עס נאר געטוהן לכבוד זיין טאטע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 23:06 |
|
| |
צייט פארברענגעניש איז ביי דיר א ראזשינקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 23:40 |
|
| |
גראדע, פערצופאל, ממש לעצטנס האב איך געהאט בדעה אפצושרייבן א לענגערן ארטיקל אונטערן קעפל: וואס היידפארק האט מיר אויסגעלערנט!
ווייזט אויס אז דער דור האט נישט זוכה געווען... אז איך האב נישט עספיעט דאס אראפצושרייבן אפילו למחצה לשליש ולרביע, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך שרייבן ברמז (וויאזוי גייט נאר דער לעצטער שפריכווארט דא אויפן פארק: מגלה טפח ומכסה טפחיים...):
היידפארק האט מיר געמאכט טראכטן!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 23:46 |
|
| |
מיך האט היידפארק געמאכט פאר א אנדערע מענטש, ליינענדיג די אהרונישע תגובות און סתירות, בין איך געווארן א שטארקע זאלוני...
און דאס אומגלויביגס איז אויך געשען, אז איך טרעף מיך דא שרייבן אויף היידפארק, ווען איך האב קיינמאל נישט געחלוםט צו ווערן דא א שרייבער,
נאר די נאן סענס וואס איז דא פארגעגאנגען האט מיך צוגעשטיפט דערצו
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 23:48 |
|
| |
מיר האט היידפארק געלערענט טייפע"ן אויף לה"ק אהן סטיקער"ס
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 00:39 |
|
| |
גראף

|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 00:40 |
|
| |
מיר האט הייד-פארק אויסגעלערנט, אז:
סיסמה - מיינט א פעיסווארט
ניק - א יונגערמאן וואס לאכט זיך אינטער אינטער די וואנצעס
מנהל - ... .... איך וויל גארנישט שרייבן, איך ציטער...
מיטן זעלבן מענטש וועם מ'האט זיך א מינוט צוריק געקריגט אויף הייד-פארק, קען מען א מינוט שפעטער טרעפן אין ביהמ"ד און אים גריסן מיט א שמייכל צודערזייט.
ועל כולם, איך שפאר מיך די דאלארן פאר די צייטונגן, און איך ברויך מער נישט הערן קיין רעדיא. ווען ס'איז עפעס יא אינטערעסאנט, למשל "משה האפמאן" וכדו' ברענגט מען עס דא אהער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 18:45 |
|
| |
קיינער פון די שרייבער דארף זיך קיין דעה נישט טוישען.
איך גלייב אז א ליינער איז יא מסוגל להבדיל בין שקר ולאמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 19:50 |
|
| |
אזוי ווי איך ליין נישט דעם בלאט, איז מיר אינטרעסאנט צו הערן וואס די אהרונים האבן צו פארקויפן, און דאס זע דא אויפן פארק.
אסאך מאל ברענגט מען דא גוטע בילדער און דאקומענטן.
מיט אביסל פארשטאנד קען מען מבדיל זיין צווישן ליגנט און אמת, און ס'איז דא געוויסע שרייבערס פון ביידע צדדים וואס האבן א נאמנות בדרך כלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 20:00 |
|
| |
לויט מיין מיינוג וואלט דא אין אנ"ש געברויכט זיין א פלאטץ ווי מען זאל זיך קענענן אויסשמיסען אויף א לייכטען אופן,מיט הומער אין א ווערטעל,
נישט אז מען זאל ווערן גערעגט איינער אויפן צווייטען ווייל יענער האלט נישט ווי די,
איך, אפילו אלץ ארוני האב איך ליב צי ליינען דעם אנדערן זייט אויך
פארשטייט זיך כ'וועל פראבירן אויפציווייזן אז יענער איז נישט גערעכט
מ'מעג אמאל פראבירן חוזק צי מאכן פינעם אנדערן זייט{נאר ע"פ תורה!!!!}
מ'מעג פראבירן צי דרייען די שמיעס אויף וועלכע זייט עס איז געשמאק,
איך קען נישט דערליידען די שרייבערס וואס נעמען אן אלעס מוראדיג פערסענעל אין סיריעס אזאש אז אויב איינער ניצט א ווערטעל אמאל ווערט ער בייז {למשל דרייניץ,געלט,וכדומה}
אבער פארשטייט זיך אז דאס שרייבען דא מיז לויט תקנות פין די......תורה הקדושה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 21:18 |
|
| |
שלום משה, געב א קוק, "דער" אשכול אליינס, איז א מחיה, מ'רעדט, מ'שמועסט, מ'געט א שמייכל, און ס'איז געשמאק.
הלואי אויפן גאנצן פורום, אוי הלואי.
שיעור פארגעסן צוצוגעבן, דאס איז נאר "ביזדערווייל" באלד גייט זיך דא אנהייבן א געפליקעכטס, לאמיר שוין ארויסלויפן, בבבבייייייייי...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 21:18 |
|
| |
שעות על גבי שעות
ווערען פארברענט
נאר פאר איין צוועק...
מפרנס זיין מיסטער הייד פארק
|
|
|
|
|