כ'בין זיכער אז א גרויסער חלק שרייבער זענען באקאנט מיט די לידער פון דעם אלעמען באקאנטן חסיד ר' יום טוב עהרליך זצ"ל.
מיינע קינדער רעדן זיך אפ אז מען פארשטייט נישט וואס ער רעדט, עס פעהלט זיך אויס א געדרוקטער ספר פון די אינהאלטסרייכע לידער.
אפשר וואלט געווען א פלאן אז ווער ער קען א גאנצן - אדער כאטש ס'רוב - ליד, זאל עס דא אריינקלאפן, און אפשר מיט דער צייט וועט מען קענען מאכן א ספר'ל, צום באנוץ פון יעדן.
כ'ווייס נישט אויב עס פעהלט אויס צו בעטן ערלויבעניש ביי די יורשים, מען מאכט דאך עס נישט פאר ביזנעס, בלויז מיטן ציהל צו פארלייכטערן פאר ערוואקסענע און קינדער צו הערן די קאסעטן.
איך הייב אהן מיט די ערשטע:
אידיש נחת נומער 1, ערשטער ליד אינמיטן ים, פאהרט א שיף, פאהרט זי אויסגעצויגן,
פאהרט א איד פון ארץ ישראל, מיט פארוויינטע אויגן.
אין ירושלים דארט,
אפגעלעבט די יאהרן,
און פון אזא הייליגן ארט,
געמוזט אוועקצופאהרן.
געלאזן דער משפחה דארט,
און אלע גוטע ברידער,
און קיין אמעריקע אז מען פאהרט,
איז דאך זיייער ביטער.
מיין פריינד, זאג איך צו איהם מיט פרייד,
איהר דארפט זיך גארנישט שרעקן,
דער אויבערשטער האט שוין אנגעגרייט,
אן ארט פאר אייער וועגן.
פארהאן א ווינקעלע, גאנץ קליין,
פול מיט יראת שמים,
איהר וועט זיך שפירן ווי אינדערהיים,
ווי אין י ר ו ש ל י ם.
נשלח ב-16/11/2005 22:51
זיין זוהן פארקויפט אלע זיינע קאסעטעס מיט א געדרוקטע בוך פון זיין לידער. איך האב עס אמאל געהאט.
נשלח ב-16/11/2005 23:04
אויך האט אברהם פריעד ארויסגעגעבן 2 טעיפס מיט ווערטער-ביכער
נשלח ב-16/11/2005 23:08
בלויז א חלק, דאס מערסטע איז נישט געדרוקט כפי ידיעתי.
נשלח ב-16/11/2005 23:12
וויפיהל איך געדענק איז עס געווען א דיקע בוך מיט כמעט אלע לידער.
קענסט פרעגען יוסף ניינציג צו נאך איינער וואס וואוינט אין ירושלים צו זיי קענען מברר זיין זיין נומער. איךם מיין ער הייסט שמחה.
נשלח ב-16/11/2005 23:16
ווי קען די זון הייסען שמחה? לפי דער פותח האשכול האט ער אויך געהייסען שמחה?!
דו מיינסט אפשר די איידעם שלעזינגער?
נשלח ב-16/11/2005 23:24
עס איז ארויס געקומען א ביכל נישט לאנג צוריק דורך איינעם בלוי וואס ער האט ארויסגעגעבען ביי זיין זוהן בר מצוה און דארט מיין איך אז ער האט אלע ניגונים פון יו"ט ערליך מיט די ווערטער
נשלח ב-16/11/2005 23:29
איך מיין זיין זוהן. ער פלעג אריינקומען אין בריסק יעדער אזוי אפט און ער האט זיך געדרייט אין זכרון משה. איז אפשר נישט שמחה.
נשלח ב-16/11/2005 23:34
אויף קאסעט נומער 36 זינגט ר' יום טוב שמחה זצ"ל (ער האט געהייסן נאך זיין זיידן ר' יום טוב שמחה ז"ל ווי ער אליין דערציילט אויף איינע פון די סטאלינע קאסעטן) זינגט אויך זיין זוהן ר' אלימלך, מיינסט איהם? כ'האב עפעס געהערט אז זיינע קינדער קימערן זיך ווייניג מיט זיינע קאסעטן, כ'האב עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.
נשלח ב-17/11/2005 00:02
איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען. ליגט מיר אין קאפ ער וואוינט אין גאולה געגענט, איך ווייס זיכער ער דרייט זיך אין זכרון משה.
נשלח ב-17/11/2005 00:06
פארוואס האסטו נאר ארייגעלייגט די ערשטע העלפט פון די ליד "וויליאמסבורג?" כאטש ס'זעט אויס ווי צוויי לידער איז עס איין לאנגע ליד באהאפטן מיט'ן סטעיטמענט "מארסי עוועניו וואטש יור סטעפ, וויליאמסבורג." ס'קלינג מיר אין קאפ אפאר שורות פון די ליד: "ביים קלויזנבורגער פאלן טרערן / טיפע קרעכצן ביי דעם סקווערן / און די סטאלינער חסידים שרייען - אין סאטמאר נאכנישט אנגעפאנגען / מען איז אין מקוה ערשט געגאנגען / און ביי די וויזשניצער טרינקט מען שוין לחיים."
לדעתי איז די שענסטע ליד פון יום טוב ערליך "איך האב געווארט און געווארט" פון די שבת טעיפ. ס'איז אזוי עבסטרעקט, אזוי פאעטיש.
נשלח ב-17/11/2005 00:17
נבוד
אוי די דערמאנסט מיך פון ר' יונטעל קומט מיר טרערען
איך האלט אז ער איז אן אוצר לעם ישראל לנצח!
ס'איז א שאד ווייל אפילו רוב פון די וואס פארשטייען אידיש גוט, ווייסען נישט ווי טיעף אריינגעווארצלט זענען זיינע נגונים אין דער היסטוריע פון אונזער פאלק ישראל און א ווי פוהל חכמת ומדרשי חז"ל זענען אריינגעוועבט אין זיינע נגונים'לעך.
א יעדער קען הנאה האבען פן זיין ליעד 'יעקאב' אבער נאר דער וואס ווייסט אין פארשטייט היסטוריע קען פארשטיין פון וואס ער רעדט: לדוגמא וואס מיינען "די בערג פון דידשאן, אוזבעקיסטאן" און ווער זענען די "טאדשיקען"?
עס איז אויך גוט צו וויסען אז אדעס איז א פארט שטאט וכו' וכו'
מיין פוינט איז אז דער וואס ווייזט היסטוריע האט א ספעציעלע הנאה פון זיינע REFERENCES
תוקן על ידי - yohcee718 - 17/11/2005 0:54:32
נשלח ב-17/11/2005 01:03
דאס איז א כלל אין אלעם, אינו דומה איינער וואס ווייסט וואס עס מיינט "מעגילה" און ער לערנט די משנה אין מכות, ווי איינער וואס ווייסט נישט וואס "מעגילה" מיינט, ס'איז אינה דומה די הבנה, וכן בכל דבר ודבר.