נשלח ב-17/11/2005 07:17
זיך לערנען שפילן אויף א פידל א מאדנע תאוה האט מיר אנגעכאפט די לעצטע שטיק צייט (קען זיין זייט איך בין געווען ביי "שמחת בית השואבה" אין באבוב און אין באבוב): איך וויל זיך אויסלערנען וויאזוי מען שפילט אויף א פידל!
איך וויל וויסן:
1) איז דאס א זאך וואס מען קען זיך אויסלערנען? אדער ברויך מען האבן עפעס ספעציעלע טאלאנטן דערצו?
2) וועט מיר דאס אפקאסטן אסאך געלט? די לעסאנס? די אינסטרומענטן?
3) וועט דאס מיר אויפנעמען אסאך צייט? (איך בין גרייט אוועקצוגעבן אביסל צייט פון היידפארק יעדן טאג פאר דעם צוועק, איך מיין ס'וועט זיין מער א תועלת).
4) ברויך מען קודם קענען שפילן אויף א קי-באורד? ברויך מען קענען ליינען נאטען?
בקיצור: וואס מישט דאס אלץ אריין (אינוואלווד דאס)?
יישר כח למפרע!
נשלח ב-17/11/2005 16:34
1) יא, מען קען זיך אליין אויסלערנין צו פידעלין. אין טאלענט מאכט'ס סאך גרינגער
2) די אינסטראמענט ווענד זיך אויף וויפיל די האלצט ביים צאלען. לעססענס קאסטען בעריך 45$ א שעה.
3) דאס ווענד זיך אויף ווי שנעל די חאפסט עס אויף, אין ווי שנעל די ווערסט Bored
4) ניין מען בראך נישט, אין עס העלפט אויב מען לערענט זיך נאטען.
בקיצור, מען דארף אסאך נערווין אין געדולט עס איז נישט אזו גרינג!
Good Luck
Music Delight
718-972-8171 Michael Oneffater 216 Foster Ave.
תוקן על ידי - bflat - 17/11/2005 16:49:30
נשלח ב-18/11/2005 05:18
איראניש ווי פאר מיר האט אויך אנגעכאפט לעצטענט א משוגעת צו קענען שפילן אויף א גיטאר !
וואסערע מאדנע ווינטעלע עס בלאזט יעצט דא אויף היידפארק...
נשלח ב-18/11/2005 05:25
א באנדע צו-פידעלטע!
אי"ה איבערן יאר: שמחת בית השואבה אין די סוכה פין הייד פארק....
האסט געהערט? ס'איז געוועהן 26 פידלעך, ששששששש, זיי טויגען אויף קפרות. עעהההההה איך גלייב נישט אז זיי וועלן עס נאךאמאל מאכן. יא, איך הער אז ס'איז געוועהן א דארךפאל.
נשלח ב-18/11/2005 05:40
קוטשמע,
טראכט נישט הויך,
רעדסט/שרייבסט בכלל נישט צום זאך,
אפשר ביסטו מזביר?
תוקן על ידי - רבי_יענקל - 18/11/2005 5:40:14
נשלח ב-18/11/2005 05:59
וואס איז דען ר' יענקל, דיך האט אנגעכאפט א תשוקה צום פידל?
נשלח ב-18/11/2005 06:02
ענטפער צום זאך, און אויף וואס מ'פרעגט
תוקן על ידי - רבי_יענקל - 18/11/2005 6:02:56
נשלח ב-18/11/2005 06:07
OUCH
האסט נישט אויף וועם צו שרייען? וואס איז, דיין ווייב איז נישט אינדערהיים?
לאמיר זעהן מיט וואס די קענסט יעצט אויפקימען: איך געב דיך באלד א פראסק, שנעל ענטפער צו די זאך.
נשלח ב-18/11/2005 06:08
רבי יענקעלע
וואס ביסטו אזוי ווילד?
א איד רעדט הער אים אויס ...
רבי יענקעלע פעשווארסקער ז"יע האט זיך נישט אזוי געפירט...
נשלח ב-18/11/2005 06:09
זיי נישט געשמאק און זיי נישט עובר אויף קיין גולי שמות
נשלח ב-18/11/2005 06:14
איינער האט דא ערנסטע פראבלעמן. אנטשולדיגט, אבער איך קען נישט זאגן ווער ווייל יענער וועט עס נאך אויסטייטשן אלץ גיליו שמות.
נשלח ב-18/11/2005 17:29
11:10 טאקע שפעט
מן הסתם איז ער שוין געווען זייער מיד
האט ער זיך געזוכט אויס געגעבן
נעם עס נישט צום הארצן קאטשמע
האסט גארנישט ראנג געטוהן!!!!!!!!
נשלח ב-20/11/2005 05:35
,Gishmocker
In regards to your post
איראניש ווי פאר מיר האט אויך אנגעכאפט לעצטענט א משוגעת צו קענען שפילן אויף א גיטאר !
וואסערע מאדנע ווינטעלע עס בלאזט יעצט דא אויף היידפארק...
ברוך שכוונת לדברו הגמרא (חז"ל, ברכות ג)
כנור היה תלוי למעלה ממיטתו של דוד. כיון שהגיע חצות לילה, רוח צפונית מנשבת בו, והיה מנגן מאליו..."
איז עס דער זעלבער ווינטל?
נשלח ב-20/11/2005 09:12
קען זיין
אבער עס איז געווען פאר חצות... קוק אויפן זייגער...
נשלח ב-21/11/2005 04:54
איך האב זיך אליינס געלערנט צי פידלען.
עס האט נישט קיין שום קשר מוט קענען נאטען. אדרבה איך האב באקומען קאמפלינטען פין עטליכע גוים שפילער'ס פאר'ן שפילן by ear.
טרעף א וועבסייט וואס וועט דיר ווייז'ן the basic's צ.ב.ש ווי מען האלט עס וכו.
Only buy a full size violin the smaller ones are for children and teenagers.
תוקן על ידי - rosenwaser - 21/11/2005 5:00:41
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.