וויפל איך פראביר אריינצוסיינען צו גוגל טאלק גייט מיר עס נישט, האט איינער אפשר עפעס א עצה צו דעם?
ביי מיר ארבעט עס געהעריג
מיט דיין תשובה האסטו מיר נאכנישט געהאלפן, האסט מיר נאכמער אנגערייצט פארוואס ביי מיר ארבעט עס נישט.
פרוביר עפענען א נייע GMAIL אדרעס, אפשר וועט דאס ארבעטן. אדער, פרוביר ארויסווארפן דעם גוגעל-טאלק פון דיין קאמפיוטער און דאס אינסטאלירן פון פריש. ובעיקר, מסתמא איז דיר דאס געקומען ווייל דו האסט מיר נישט ארויפגעלייגט אויף דיין חברים ליסטע.
אידאינגעל, איינער וואס האט דאס שוין דארף דיך איינליידענען דורך דיין EMAIL ADDRESS.
איך האב פשוט געמיינט צו זאגן אז די פראבלעם איז נישט מיט גוגל
יעצט קומט אריין די גוטע נייעס: JEWBOY שמועסט מיט מיר יעצט אויף גוגעל טאלק!!! ס'איז נאר געווען א פייער-וואנט וואס האט געשטערט.
שכויח קרעמער
ניטא פארוואס