| נשלח ב-27/11/2005 03:34 |
|
| |
אומפאטירט מנהגי הגר צו אנדערע בתי מדרשים
אַווי די ליינער פונעם פארק זענען באקאנט מיט די זונדיגע עלעמענטן מאנשי הגר בצפון ברוקלין וועלכע זענען אויסגעצייכענט מיט זייערע ווילדע מעשים און דערנידערן און טרויטן אויף אנדערע צוליב וואס זיי האבען זיך ניט אונטערגעבויגן צו די לאפעצן און האַרעפאשניקעס.
נאר איצטער האבען מיר געזעען אן אינצידענט וואס טוט ווייזען אז די דאזיגע עלעמענטן זענען ניט צופריען אז נאר ביי זיי אין שוהל באגייט מען זעלבסטמארד, האבען זיי אנגעהויבן שיקען זייער זונדיגער גאנג אויף עקספארט מיט ווילדעווען אין אנדערע בתי מדרשים.
דעם שבת זענען מיר ניט געווען אין אונזער שטענדיגער שול אויף W79 ST קהל בני יעקב, נאר מיר זענען געווען צוגאסט אין אן אנדער געגענט און שבת נאכמיטאג קומענדיג און שול צו מנחה הער איך פלוצלינג ווי עטליכע פארשוינען פיסקעווען מיט א געמיינע און פרעכיגע שטימע זייער באקאנטער סלאגאן "ארויס, שייגעץ ארויס".
וואס איז געשען? איז דער קורצער ווינטער שבת נאכמיטאג ניט געניג לאנג צו כאפן א דרימעל? ווער דא איז אזוי נערוועס? פאר וואס איז ביי אייך אזוי לייכט דאס שרייען אויף א אנדערן עלטערן אידן?
איינער פון די שרייערס מיט אַן הויעך געשטעל פון ברייטע קלאֳצושע ביינער אנגעטון מיט שיך און זאקן, א צווייטער מיט א דיקלעכער שטימע האט געשריגען אזוי שטייט ווי א טשעריפאכע גייט, דער דריטער האט א כאפ געטון דעם עלטערן אידן און אים כמעט דערווארגן מיט זייע צוויי פויסטן.
און דאס אלס האט מען געטון צוליב וואס דער איד ברענגט שטענטיג אויף ש"ס א קוילעטש וואס די אנשי הגר זאגען האט ניט א הכשר פון זייערע רבנים.
און אזוי איז שטענדיק ביי זיי, אז א אנדער מיינוג איז מען חייב מיתה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 03:57 |
|
| |
איך האלט מען דארף דעם מטורף ראצער חוסם זיין
ער גייט מיר אויף די נערוון מיט זיינע קראנקע געשרייבעכץ.
וואס האלט דער עולם?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 04:00 |
|
| |
1 אז מען דארף איהם נישט חוסם זיין.
2 אויב מען דארף חוסם זיין יעדער וואס גייט איינעם אויפן נערווען קען מען חוסם זיין צענדליגער גולשים.
בפרט אז אויף ראצער'ס אשכולות שטייט זיין נאמען איז דאך דא א עצה וואס הייסט איגנאר IGNORE
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 04:05 |
|
| |
1. בפשטות קוקט אויס אז די פאנטאזירסט
נאר וואס דען.....
ס'איז מיט א טעם!
משוגע זיין, דארף מען אויך קענען.
א זאך וואס איז געטאן פראפעסיאנאל, האט א חן
2. איך אויף דיין פלאץ וואלט אויך געלאכט ווי ווייט די
אנשי הגר כאפען נישט אז די ביזט זייער "לאנדסמאן"
און "נעקסט דאר נעיבער".....
טאקע אין צפון ברוקלין
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 04:11 |
|
| |
איך בין א גאליציאנער פון אלע זייטן, איך האב נישט קיין טראפ אונגאריש בלוט אין מיר, אבער פונדעסטוועגן קען איך נישט פארנעמען זיינע שטותים.
אנדערע מענטשן שרייבן אויך פאנטאזיעס, אבער כאטש מיט שכל און טעם.
ער שרייבט דאך אזעלכע נארישקייטן אז עס מאכט פשוט ברעכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 05:50 |
|
| |
אין דער עיקר ווער האט אים איינגערעדט אז ער קען יידיש
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 05:57 |
|
| |
אנטשולדיקט ענג אלע מגיבים, מיר גראדע, געפעלט זייער זיין סטייל פון שרייבען.
צו איך בין מסכים צום תוכן, איז א צווייטע מעשה, אבער לויט ווי איך פארשטיי פון די געוועהנליכע טענות ומענות קעגען דער "ראטזער", איז דאס דאך נישט ענקער פראבלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 07:46 |
|
| |
עס שיינט ווי ער לערנט זיך אידיש דא פון דעם פורום און ער פראבירט דאס בעסטע וואס ער קען,
נו לאמיר אים זאגן אז ער קען שוין גוט וועט ער כאטש זיין צופרידן, פארוואסזשע וויי טון א איד?
ראטצער, טייערער, ווער איז געוועזן דער אלטער ייד וואס מען האט דערווערקט אזש צום טייט ?
און וואס פארא מין חטא איש דאס אז ער ברענקט שטענדיק א ש"ס מיט א קאפויטש ? שרייב עס אויף אידיש ביטע ...
א דאנק און שרייב נאך
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 10:05 |
|
| |
ראטצער, כה לחי! קיינער נעמט נישט ארויס די חברה פון די כלים אזוי גוט ווי דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 10:58 |
|
| |
ראטזער, וועלקאם בעק.
קים איט אפ 
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 17:11 |
|
| |
אנשטאט בעטן מ'זאל אים חוסם זיין, וואלט מען אים געדארפט בעטן ער זאל שרייבן מער, און אפטער
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 17:59 |
|
| |
מיר מאכט ענדערשט ברעכען די אהרן-זלמן לייב פאליטיק מיט די אלע "שוידערליכע" באשרייבעכצער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 18:01 |
|
| |
א שאד, א שאד, אז ראטצער האט א וסת קבוע פון איינמאל אין ניין טעג... ווי וואנט איט מאר אפטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 19:30 |
|
| |
חברה, לאזט ענק נישט get pulled by the leg
איך מיין אז ראצער איז עפעס א בא'טעמ'טער חברהמאן משלנו, וואס דרייט ענק גוט אן. און קאטשעט זיך פאר געלעכטער פון ענקערע רעאקציעס.
אלזא, שפילטס מיט דעם שפיל מיט עם, אבער נעמטס דאס נישט אזוי ערענסט.
נ.ב. ראצער, כ'האף ביזט נישט ברוגז אויף מיר פאר'ן געבן דעם הינט...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/11/2005 20:24 |
|
| |
אינגערמאן איז דער איינציגער אוס כאפט א עסק.
ווער עס געדענקט פלעגט ראצער נוצען לשונות וואס די בני הגר נוצען, און קיין אנדערע נישט.
ער איז משלכם, ער האלט זיך אונטער, אמאל געלונגט אים בעסער אמאל ווייניגער.
|
|
|
|
|