ממש א שאד, ממש א שאד, ווען זיי בלייבען דא, וואלטען כאטש זייער קינדער געווען מער אידיש.
נשלח ב-29/11/2005 00:04
באראפארקער
JUST WHEN I WAS BEGINNING TO LIKE YOU........
נשלח ב-29/11/2005 00:05
פאפא
איך בין א גראבע "בעבועס" (בעה"ב)
נשלח ב-29/11/2005 00:08
די קינדער פון די שליחים מיין איך וואקסען אויף נאך בעסער בדרך כלל ווי די פון קראון הייטס.
ווען אידען געבען זיך אוועק פאר אנדערע אידען באצאלט דער אייבערשטער שכר, מען האט נישט קיין שאדען פון העלפען אנדערע אידען.
אוודאי מיינט דאס נישט אז מיר וואס זענען אויפגעוואקסען אין א אנדערע חדר זאלען גיין ווערען שלוחים, אבער די וואס זענען דארטען אויפגעוואקסען און געבען זיך אוועק זייער באקוועמליכקייט צו גיין בארץ לא זרועה פאר אנדערע אידען און פארען אייבערשטען האבען א געוואלדיגע זכות.
נשלח ב-29/11/2005 00:10
DRYNITZ
איך וואלט נישט געקענט בעסער
יישר כחכם
נשלח ב-29/11/2005 00:15
ווער באצאלט פאר די גאנצע אפעראט???
נשלח ב-29/11/2005 00:15
מהם יראו וכן יעשו!
איך טראכט אז השי"ת שעפט נחת פון זיי!
הלואי זאלין מיר אויך זוכה זיין גורם
צו זיין נחת און א קידוש השם!
נשלח ב-29/11/2005 00:17
צבי:
פריי דיך נישט אזוי, ווייל איך באוויין די אידען יעדען טאג.
עס איז נעבעך א ביטערער רחמנות אז אידען וואס זענען פריוואט ערליכע אידען, זיי זענען זיך גרייט אנצושטרענגען פאר אידישקייט, און נעבעך ווען עס קומט צו אמונה ודעות זענען זיי נעבעך פארכאפט אין מחשבות פון כפירה.
עס איז א הארץ ווייטאג אז אזא גרויסער ציבור אידען וואס זענען שומרי תורה ומצוות זענען נעבעך נכשל אין יסודות האמונה.
און דאס איז אלעס נזקף לזכותו פון ר' מנחם מענדל שנייאורסאן וואס האט אראפגעפיהרט ליבאוויטש פון די שינעס, ער האט זיי -אין די פרייע אמעריקא- אראפגעפיהרט פון די אמונה ברורה וטהורה אויף וואס זיינע עלטערען האבען זיך מוסר נפש געווען -אין דעם צארישען און קאמוניסטישען רוסלאנד-.
don't get me going, ווייל איך בין זייער עקסטרעם ווען עס קומט צו דעם און איך וועל ווערען אראפגעריסען דא אויפען פורום אפילו פון די סאטמערע גולשים טאמער וועל איך ארויסברענגען מיין מיינונג.
תוקן על ידי - drynitz - 29/11/2005 0:16:58
נשלח ב-29/11/2005 00:23
DRYNITZ
אויב אזוי צו איך צוריק
איך האב דיר דן געווען לכף זכות.....
נשלח ב-29/11/2005 00:25
איך האב געמיינט אז דו ביסט אויסגעוואקסען די שנאה און שטותים וואס מ'האט דיר געפיטערט אין חדר, זעהט אויס אז נישט....