אין א לענגערן שמועס האב איך מיר איבערצייגט אז אויך דא צווישן די שרייבערס און דרייערס אין פארק זענען פאראן אידן וואס זענען עוסק יומם כליל אין די הייליגע חכמה וואס רופט זיך תורת החן.
איך בין נאך העט ווייט פון די פערציג און איך וואג זיך נישט אריינצודרייען אין דעם ענין. אבער פרעגן מעג מען דאך.
וואס איז דאס?
פארוואס זענען נאך אלס, כאטש רובא דרובא אידן, פון אלע שיכטן און קרייזן האבן דאס אנגענומען אלס תורת אמת, פארט הערט זיך דא און דארט קולות וואס נישט נאר זיי נעמען דאס נישט אן אלס א יסודותדיגע לימוד, נאר זיי לאכן גאר דערפון אין גרויסן. (אלס דוגמא קען איך ברמז שרייבן א זאך וואס איז באוואוסט פאר פילע אידן, אז עס איז דא א קרייז וואס רופן זיך תלמידי ר' אביגדור מיללער. און זיי לאכן דערפון און מאכן דערפון ליצי לצנות. ר"ל. ער אליין האט זיכער נישט געהאלטן אזוי. זיינע תלמידים זענען זיכער מחכים את רבם)
פון ווי נעמט זיך דאס אז נאר פון די פערציג מעג מען דאס לערנען. פון פילע ערטער ובתוכם רמח"ל (אין פארשידענע דרוקן מסילת ישרים איז עס דא בסוף) איז משמע אז וויבאלד מען האלט דערביי און מען האט זיך אנגעזאפט פון נגלה זאל מען זיך נעמען דערצו.
נו, ווען גיימיר זיך נעמען דערצו?
נשלח ב-28/11/2005 07:29
איך מיין אז אין ווילי איז דא א סטעמפעל אז ווער איז לערנט קבלה איז ל"ע משוגע.
נשלח ב-28/11/2005 07:29
ביסט קלאר מיט דעם וואס ר' אביגדור ז"ל האט געהאלטען?
קען זיין ביסט גערעכט, איך בין נאר נייגעריק אויף א מקור.
נשלח ב-28/11/2005 07:32
ער אליין איז זיכער נישט געווען קיין מקובל און מסתם נישט געלערנט קיין קבלה, אבער ער פלעגט נישט אזוי לאכן אין די פויסטן פון זאכן וואס ער האט נישט געהאלטן.
נשלח ב-28/11/2005 07:38
איך האב אמאהל געהערט ווי ער זאגט פאר איינעם, אז טאמער וויל ער לערנען קבלה, קען ער אים געבען אדרעסען צו וועמען צו גיין.
ער האט פשוט נישט געלערנט קבלה, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט געלאכט. ער איז פשוט נישט אנגעקומען. די לאכערס פין זיינע תלמידים אז לכאורה ווייל זיי מאכען פין אים מער ווי ער איז געווען, און כאילו זיין תורה וואס ער פלעגט זאגען דעקט אלעס, ממילא האבען זיי א "הכרח" צו לאכען און לייקענען אין אלעס אנדרעש. והמ"י.
מען קען אפילו זאגען לגבי די חזון איש, וואס לכאורה האט ער קיין קבלה נישט געקענט, האבען זיינע תלמידים, נישט וועלענדיג לייקענען אין קבלה, זיך איבערגעקליגט, און געזאגט אז ער האט "יא" געקענט, נאר ער האט עס געהאלטען בסוד.
דא אויף היידפארק האב איך געליינט אויף אן אנדער פלאץ, אז אויף דעם וואס עס ווערט געברענגט אין די נושאי כלים אז ההולך ד' אמות בלי נט"י חייב מיתה, האט דער חזו"א געשריבען אן הג"ה, והוא שהרג את הנפש. די הג"ה רעדט פאר זיך אליין וואס ער האט געהאלטען פין זוהר וכו'. נאר וואס דען? די תשובה איז פארשטייט מען אליין, גאר אסאך מענטשען וואלטען געהאלטען פין חזו"א כעפרא דארעא, ווען זיי ווייסען זיין אמת'ע שיטה וועגען זוהר וכו', האט מען געמוזט למען ה"זאך" טוישען זיין שיטה.
וה"ה לגבי די אלע אידען וואס זאגען אז מען "זאל נישט" לערנען קבלה ווייל .... נישט קיין חילוק וואס, איז די סיבה איין סיבה, ווייל זיי האלטען ווי די חזון איש, אדער ווי די תלמידים פין ר' אביגדור, נאר נישט וועלענדיג פסול ווערען, ברענגען זיי זיך ארויס אין אנדערע פארבען.
נשלח ב-28/11/2005 07:38
רוב האלטען אז נישט יעדער מעג לערנען.
איך מיין אז דער עמק המלך איז דער איינציגער וואס האט געהאלטען אז עס איז מותר פאר יעדעם צו לערנען.
נשלח ב-28/11/2005 07:41
משנת,
אויב רוב איז ביי דיר רוב כלל ישראל ביסטו גערעכט.
אבער,
רוב מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט. אז די וועסט קוקען אין די מקורות (ווי למשל אין משנת חסידים), וועסטו זעהן אז עס בכלל נישט אזוי.
נשלח ב-28/11/2005 07:43
משנת
אין וואס איז מיט דער רמ"ק?
אין וואס איז מיט רח"ו?
געב דיך אכטונג ווען די שרייבסט אזעלכע שטארקע סטעיטמענטס.
נשלח ב-28/11/2005 07:48
מיינסט נישט רח"וו נאר ר' ישראל סרוק.
ווען איך שרייב אז דער עמק המלך האט געהאלטען יעדער מיין איך יעדער ממש.
תוקן על ידי - משנתחסידים - 28/11/2005 7:49:03
נשלח ב-28/11/2005 07:50
ניין.
ר' חיים ויטאל. כמבואר בהקדמתו לשער ההקדמות, שמי שלא הצליח בלימוד הנגלה, יעסוק בתורת הנסתר. (כיון שממילא לא יצליח בנגלה...)
נשלח ב-28/11/2005 07:51
משנת
ווען די וועסט מיר טרעפען וועלכע ספר עס איז דא פין ר' ישראל סרוק, און ווי ער שרייבט וועגען לערנען קבלה, וועל איך דיך געבען א האנט.
נשלח ב-28/11/2005 07:53
עס מוז נישט זיין פון אים אין קיין ספר, אבער תלמידו רמ"ע האט אפילו געהאט א תלמיד א גוי.
אגב עס איז דא אסאך ספרים פון קבלת ר' ישראל סרוק צו ווילסט צו די ווילסט נישט אן זיין נאמען.
מחר נביא לך כמה מקורות.
תוקן על ידי - משנתחסידים - 28/11/2005 7:53:20
נשלח ב-28/11/2005 07:55
משנת,
ווי קימט א יון אין די סוכה?
נשלח ב-28/11/2005 08:01
דיפלאמאט
פון וואו נעמסט דו אז זיינע תלמידים לאכען פון דעם?
לא היה ולא נברא.
נשלח ב-28/11/2005 08:08
עליכם
איך מיין אז משנת מיינט צו זאגען אז דער רמ"ע מפאנו האט געהאלטען אז יעדער דארף לערנען אפילו א גוי, והראי' אז דער רמ"ע האט געהאט א תלמיד א גוי.
דא מיין איך אז דער משנת גייט שוין אביסעל איבער די מאס, און זיין בורות שטעלט זיך ארויס אויף א גראבען אופן.
כידוע אז קיין ספרים פין ר' ישראל סרוק איז נישטא, גרשום שלום טענה'ט אז דער פירוש אויף זמירות, און די ספר לימודי אצילות איז פין אים. לאז זיין.
ביים הייליגען זידיטשובער ווי אוין ביים הייליגען קאמארנער פלעגט מען לערנען קבלה מיט די קינדער.
דער הייליגער בעל הסולם האט איינגעפירט אז אלע זאלען לערנען קבלה פון נאך די חתונה, און פארדעם האט ער געמאכט זיין פירוש אויפן זוה"ק אז ס'זאל זיין שווה לכל נפש.
היינט צוטאגס קען דער וואס ס'וויל קומען לערנען ביים טעגליכען שיעור פארטאגס אין ביהמ"ד "עטרת מיכאל ד'דזשירקא" אין ב"פ אויף 5 ditmas