| נשלח ב-2/12/2005 07:40 |
|
| |
יא אנטהון א קוטשמע אדער נישט?
וואס האלט איר?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 18:18 |
|
| |
you've got some serious problems
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 18:23 |
|
| |
מיין קוטשמע איז זייער באקוועם
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 19:15 |
|
| |
א קוטשמע האב איך נישט ליעב (איין אמתדיגע קושטמע, נישט דעהם ניק, דעם גלייך איך יא)
מחמת מיין שווער גייט מיט דעם כסדר, אין איך גלייך איהם נישט.
אבער אויב שוין יא אוסטוהן דעם חסידישן קאפילוש, טראכט איך אנצוטוהן א בעיסבאל שליאפע YANKEE CAP דעהם זומער.
סהאט אסאך מעהר מעלות ווי א קוטשמע, ס'לייכט, ווערט נישט קאליע אין רעגן, ביליג, משוויצט נישט. ממוז נישט שרייבען דווקא יענקיס, אויף מיינע היטל וועט שטיין "אז"לוני" "אדער "חדשות אנ"ש"
Hows about
"Do the Daf"
אדער
"טו דעם בלאט" בלאט איז א לשון נקיה פון דף היומי
א קוטשמע קען מען דאך גארנישט אויפשרייבן
תוקן על ידי - baachi - 02/12/2005 19:23:59
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 21:10 |
|
| |
וואס איז די שאלה בכלל? אוודאי אנטיען א קוטשמע. חוץ די וואס זענען נישט קיין באטשיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 21:48 |
|
| |
קוטשמע
איך וועל אנטוהן א קוטשמע
ווען דו וועסט ווערען א באטשי
גוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 21:52 |
|
| |
א קוטשמע איז גיט איבעראל, אויסער אין די קאר, וואס אדער עס פליט אראפ, אדער קוועטשט עס זיך אראפ אויפן קאפ.
א גוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 03:13 |
|
| |
I think you should ask The President of the Ukraine Leonid Kutchma
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 03:16 |
|
| |
we should all wear the kutchme that he has
at least he is warm
and it dosent fly off his head when he gets into a car
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 04:57 |
|
| |
WB11211, אנטשולדיגט
לעאניד קוטשמע איז שוין נישט פרעזידענט אין אוקריינע א יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 05:06 |
|
| |
בדרך אגב, איך גיי אין א קוטשמע, און דוקא נישט מיט קיין "פענסי פור" קוטשמע, נאר די פשוטע סארט, און איך טראג עס מיט א שטאלץ, איך זע גארנישט עפעס שלעכט דערמיט אז איך זאל מיר דארפן שעמען דערמיט, עס האלט מיר פיין ווארעם אין די ביטערסטע פרעסטן, און עס איז ביליגער און לייכטער ווי מיין קאפעלוטש.
די איינציגסטע וועלכע מיינען אז א קוטשמע איז א פראבלעם, זענען די סארט מענטשן וועלכע רעדן זיך איין (נאר זיך) אז זיי זענען "שיינע אידן" און עס פאסט זיי נישט אנצוטוען דאס ווינטער קאפל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 05:18 |
|
| |
איך וויל פרעגן א נאאיווע שאלה (פשוט מחמת חסרון ידיעה, איך ווייס נישט דעם פאקט):
איז א קוטשמע איינגעפירט אין אלע קרייזן? אדער נאר ביי די וואס גייען געווענליך סחורה'נע היטן (שטאף)?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 08:12 |
|
| |
דער וויזשניץ מאנסי רבי איז קעגן קוטשמעס, דעריבער וועסטו נישט טרעפן א מאנסי-וויזשניצער מיט א קוטשמע. אין סקווער איז דער מנהג נישט צו גיין אין א קוטשמע סיידן אויב ביזט שוין איבער די זעכציג און האסט פאפא'נער בלוט אין דיר. אין סאטמאר איז א קוטשמע דווקא א שיינע זאך, א סימבאל פון זעלבסטזיכערקייט און א געפיל פאר FASHION. דאך וועט דער סאטמארער עס נישט אנטון אויף א חתונה. די קוטשמע איז פראפעסיאנאל אבער נישט עלעגאנט. אין שול יא אבער אין חתונה זאל נישט. ביים די ירושלמים איז די קוטשמע א סימן פון א שנארער און א שלעפער ("ער איז געווארן אן איידים ביים דעם מיט'ן קוטשמע").
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 08:32 |
|
| |
שלמה'לע, האסט פארגעסן צו פארציילן וואס די מנהג אין הייד פארק איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 09:00 |
|
| |
א יישר כח פאר שלמה זלמן פארן שיעור אין Chassidic Fashion 101. ליידער ליידער האב איך שוין געטראפן קוטשמעס ביי חתונות. א באנדע אומציוויליזירטע...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 14:06 |
|
| |
שלמה זלמן;
טאקע א שיינע שיעור. דערמאנסט מיר פון יענע מחותן (א אמת'ע מעשה) וואס שרייבט ארויף אויפן אינוויטעישן "ביטע נישט קומען מיט קיין קוטשמע'ס"...
|
|
|
|
|