| נשלח ב-2/12/2005 19:52 |
|
| |
מזוזות פסולות אויף Ebay
היינט עש"ק 3 אזייגער וועט זיך פארענדיגן דער ביד פון 22 מזוזות פסולות אויף Ebay. איך האב אינפארמירט דערוועגן דעם "וועד משמרת סת"ם", זיי האבן שוין געוויסט דערפון. א שטיקל מבין בין איך, איך האב באמערקט אויף איין מזוזה זער ברייטע אותיות נ' וואס זען אויס ווי א כ', (ושננתם, ובכל נפשכם). אבער דער "וועד" טענה'עט אז רוב פון די מזוזות זענען נישט כשר. 1 מזוזה איז גאר אן אנטיק, אויף די רעטע זייט איין רייע פאר די לעצטע, וואס זעט אויס אז דער יעניגער "סופר" איז גאר גאר א.. עם הארץ גמור. זע שורה 3 "על לבבך", שטייט: לע לבבך. שורה 5 "לאות על ידך", שטייט: אל ידך. שורה 10 "יורה ומלקוש", שטייט ומלקוט. שורה 11 "ואכלת ושבעת השמרו לכם", שטייט: ואכלת השמרו בשבעת לכם. שורה 15 "מעל הארץ הטבה" שטייט: הארץ הטבע. ועוד ועוד כהנה וכנה. חוץ דער מכשול לרבים איז דער חילול ה' זייער א גרויסער. דער "מוכר" איז א היימישע יונגערמאן פין וויליאמסבורג...
פאלגענד איז דער לינק
http://cgi.ebay.com/Lot-of22-Parchment-Mezuzah-Scrolls-Variety-Sizes-Styles_W0QQitemZ6229299602QQcategoryZ1449QQssPageNameZWDVWQQrdZ1QQcmdZViewItem
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 20:09 |
|
| |
לוחם,
דו קענסט מיר אפשר זאגן פין וואנעט דו ווייסט אז דער מוכר איז א ווילאמבורגע יונגערמאן,
אין איבעי איז אלעס קאנפידענשאל, סקיקט אויס ווי דיין אפשאצינג איז אומבאזירט,
ביטע זיי מסביר דיין מקור צי דיינע ווערטער
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 21:24 |
|
| |
מלחמת, אפשר קענסטו דורך עפעס א וועג זיך פארבינדן מיט'ן העכסטן בידער און אים איינמעלדן אז ער איז א קרבן פון א שווינדל.
אדער אפשר קען מען זיך פארבינדן מיט איבעי דירעקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 01:40 |
|
| |
כשריקע,
צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין.
דער מוכר קען נאר זיין א וויליאמסבורגער.
א צווייטער וואלט פשוט חושש געוועהן לנפשו, צו פארקויפען פסול'ע מזוזות.
אבער א וויליאמסבורגער, פארשטייט דאך אז דער וואס קויפט א מזוזה אויף איבעי, איז דאך מילא א ריפארמער, טא וואס קען שאטען אז מ'מאכט א פאהר טאלער אין איין וועגס אויך....
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 02:59 |
|
| |
דשזיד, 
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 03:08 |
|
| |
אין דער לינק פונעם לוחם, האט אייכלער בטעות ארויסגעשריבען דער נאמען פון דער מוכר.
חוצמזה, דארף דאס זיין גאנץ לייכט צו דערגיין, היות דער מוכר, "pinasfred2000" האט ארויף געשטעלט א ספר תורה דארט מיט א בריוו פון "שמעון זיידע" וואס איז אגב א באקאנטע סופר.
(פארשטייט זיך דאס איז נאר אויב דער בריוו פון זיידע איז נישט קיין זיוף.)
תוקן על ידי - jid_613 - 04/12/2005 3:11:30
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 03:13 |
|
| |
קוטשמע, ער איז א וויליאמסבורגער כיטרער שמות קאלעקטאר.
אבער מכשיל זיין אידן איז נישט קיין ביזנעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 06:56 |
|
| |
איינער האט מיר געשיקט אין אישי, בשם שמעון זיידע:
דער שייגעץ וואס האט געפאוסט אויף איבעי דער מזוזות, האט פון איהם נאר באקומען א בריוו לגבי דער ספר תורה, און דער ספר תורה איז טאקע יא גוט.
פארשטייט זיך, אז ער האט נישט אין פלאן ווייטער צו האבען א שייכות מיט א שייגעץ וואס פארקויפט פסול'ע מזוזות אויף די נעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 07:13 |
|
| |
אויף איבעי איז דער סיסטעם אז דער מוכר אליינס האט נאך א ניק און ער ציהט ארויף דע פרייז אויב זעהט ער אז ס'גייט.
כמובן, נישט שפעטער ווי 24 שעה פארן ענד דעיט.
לויט דעם קען זיין אז דער מוכר אליינס איז דער היי בידער , אולי. אבער אינו מוכרח.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 17:46 |
|
| |
מלוה-מלכה
אויף איבעי איז דער סיסטעם, אז אויב איינער מאכט נאך א ניק און ציט ארויף זיינע סחורה מיטן זעלבער קאמפיוטער ווארפט אים איבעי תיכף ומיד ארויס.
תוקן על ידי - טובעין - 04/12/2005 18:01:20
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 18:38 |
|
| |
מלחמת ה':
קודם יישר כח פארן אויפברענגען דעם פראבלעם:
דיין שנאה צו וויליאמסבורג איז פארשטענדליך, זייענדיג לכאורה א ליובאוויטשער וואלסטו געקענט באשטיין אז וויליאמסבורג זאל אונטערגיין.
אבער ס'איז א שאד דיין ארבעט, אפילו די וועסט דא חוזק מאכן פון ר' מנשה פילאפ, נשתכחה דרך הבעש"ט, די זאליס, און פון סאטמאר רב זי"ע, ווען דאס דיר גאנץ ווייניג העלפן.
איך וויל דיך נאר דערמאנען אז קרוב צו 25,000 קינדער איבער די וועלט ווערן נתחנך אויף עקסטרעמען קנאישן סאטמאר'ן וועג, אזוי ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט זיינע יסודות, און דיינע אלע ליצנות'ער אויף היידפארק וועלן דיר גאנץ ווייניג העלפן.
מיט דיין תגובה קומסטו מיר פאר ווי די ציוניסטן אין ארץ ישראל, וואס יעדע פארברעכן וואס פאסירט ביי א חרדי, מאכן זיי זיכער אז דער קעפל זאל זיין "חרדי נאסר".
אויב האט פאסירט א פארברעכן צו פארקויפן מזוזות פסולות. קענסטו באשטיין דאס ארויפצושמירן אלס "וויליאמסבורגער זאך", אין די צייט וואס דער וויליאמסבורג צדיק רביה"ק מסאטמאר זי"ע, איז געווען דער צדיק וקדוש וואס האט דאס באקעמפט און מעורר געווען דערויף.
אין תשכ"א האט דער סאטמאר'ער רבי זי"ע געמאכט א כינוס הכללי אין וויליאמסבורג, ווי ער האט מעורר געווען וועגן פארשידענע פירצות און די הויפט פונקט פון די אסיפה איז געווען זהירות אין סת"ם, ער האט דאן געמאכט דערמיט א רעוואלוציע פון כשרות סת"ם. אז מענטשן זאלן וויסן אז פאר כשר'ע תפילין ומזוזות דארף מען זיין גרייט זיך צו לאזן קאסטן גרויס געלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 18:43 |
|
| |
איך וויל דיך נאר דערמאנען אז קרוב צו 25,000 קינדער איבער די וועלט ווערן נתחנך אויף עקסטרעמען קנאישן סאטמאר'ן וועג.
אלטימעטלי, איז דעס א גוטע זאך אדער אפשר נישט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 18:49 |
|
| |
וואס א פראגע? זיכער איז עס א גוטע זאך!
|
|
|
|
|